זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די שמועס דא דערמאנט מיר פון דעם יעניגן וואס איז געגאנגען צום ערשטן מאל אין א בית החיים, און ער זעהט ווי אויף יעדע צווייטע מציבה שטייט "תנצב"ה", פרעגט ער: וואס איז פארגעגאנגען שנת תנצב"ה? קוקט אויס אז ס'איז געווען דעמאלס א אויסטערלישע מגיפה...

:lol: :lol:
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

כ'קלער יעצט,
אפשר זאל מען ארויפלייגן קלאצקאפ'ס (מיטן מויל שלאס) אוועטאר אויף יעדע מצבה, אזוי וועט מען כאפן אז דאס מיינט מגפת תש"פ...
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

א מציבה אין דיור וואס רעדט פאר זיך

(קרעדיט: הרב גלאזער)
WhatsApp Image 2020-03-13 at 3.10.51 AM.jpeg
WhatsApp Image 2020-03-13 at 3.10.51 AM.jpeg (595.89 KiB) געזען 3639 מאל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

מיינע צוויי סענס
א מציבה באלאנגט (כהיום) צו באשרייבן ווער די נפטר איז געווען (אפילו מ'פלעגט זיך אמאל אפהאלטן פון שרייבן אסאך שרייבט מען היינט צו טאג מער)
יעצט מ' דארף באשרייבן די נפטר כמו שהוא און אינטן ביי נפטר בשמי ימיו אדער וכדומה צו שרייבן נפטר בימי הדבר השרה אז בעולם אדער ענליכס
אבער נישט מאכן א מצב פון די ווערטער

אזוי ווי איך האב געהערט פון א קלוג איד איבער א איד וואס איז נפטר געווארן נאכן זיך פלאגן אפאר יאר מיט יסורים נוראים און יענער האט עס מקבל געווען מיט א אויסטערלישע אהבה, יעדער האט געשריבן מ'מוז דאס באשרייבן אויפן מציבה, האט די קלוגע איד געזאגט אנטשולדיגט אבער די איד האט טויזענטער מעלות געהאט נאר די קליינעקייט וואס יעדע געדענקט יעצט גייסטו באשרייבן, ניין באשרייב יענעם'ס מעלות ווי עס דארף צו זיין און ווארף אריין אפאר ווערטער ממש איבער די יסורים חלק
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמש מאות
תגובות: 804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 01, 2019 10:16 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ספרים שטוב »

קאץ און מויז האט געשריבן:מיינע צוויי סענס
א מציבה באלאנגט (כהיום) צו באשרייבן ווער די נפטר איז געווען (אפילו מ'פלעגט זיך אמאל אפהאלטן פון שרייבן אסאך שרייבט מען היינט צו טאג מער)
יעצט מ' דארף באשרייבן די נפטר כמו שהוא און אינטן ביי נפטר בשמי ימיו אדער וכדומה צו שרייבן נפטר בימי הדבר השרה אז בעולם אדער ענליכס
אבער נישט מאכן א מצב פון די ווערטער

אזוי ווי איך האב געהערט פון א קלוג איד איבער א איד וואס איז נפטר געווארן נאכן זיך פלאגן אפאר יאר מיט יסורים נוראים און יענער האט עס מקבל געווען מיט א אויסטערלישע אהבה, יעדער האט געשריבן מ'מוז דאס באשרייבן אויפן מציבה, האט די קלוגע איד געזאגט אנטשולדיגט אבער די איד האט טויזענטער מעלות געהאט נאר די קליינעקייט וואס יעדע געדענקט יעצט גייסטו באשרייבן, ניין באשרייב יענעם'ס מעלות ווי עס דארף צו זיין און ווארף אריין אפאר ווערטער ממש איבער די יסורים חלק

זייער צו די זאך.
אין אזא פאל שרייבט מען געווענליך, החזיר נשמתו המזוככת לאחר יסורים שקבלם באהבה גמורה ובדמי', אדער עפעס ענליכס, וואס דאס ברענגט שוין אלעס ארויס.
א "ספרים שטוב" קען זיין אין א שטוב, עס קען אויך זיין אין א מח.
אז איך האב נישט פלאץ אין מיין שטוב דערפאר, וועט מען עס מוזן פלאצירן אין מח.
פליטה גדולה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 449
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 6:01 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליטה גדולה »

ניתי ספר ונחזי האט איינער א בילד פון א לעצטיגע מציבה פון די לעצטע פאר וואכן אז מ'זאל דערמאנען עפעס דערוועגן?
א גוטן יונה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 353
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטן יונה »

נעכטן איז געווען הקמת מציבה ביי שאפראן'ער רב, קען איינער אהער ברענגען א בילד?
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4136
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוח בין השושנים »

פליטה גדולה האט געשריבן:ניתי ספר ונחזי האט איינער א בילד פון א לעצטיגע מציבה פון די לעצטע פאר וואכן אז מ'זאל דערמאנען עפעס דערוועגן?

כ'וועל נישט זיין סורפרייזד אויב נישט,
ווייל די היינטיגע וועלט (עכ"פ אונזערס) איז זייער פארמאל און זייער אין א באקס. אין יעדע תנאים מוזן שטיין די זעלבע זאכן און יעדע אינוועטעישאן מוז אויסקוקן בערך די זעלבע.
ממילא אויב אויפן טאטנ'ס מצבה שטייט נישט 'מגיפה', טאר עס אויך נישט שטיין אויפן זונ'ס מצבה...
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2894
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

IMG-20200427-WA0239.jpg
IMG-20200427-WA0239.jpg (300.94 KiB) געזען 3231 מאל
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
יציב פתגם
שר ששת אלפים
תגובות: 6775
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יציב פתגם »

אגב, "נפשינו עפפה מים" איז א טעות, וצ"ל: "אפפו"
פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1334
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פ' לך לך »

צו מען זאל שרייבן וועגן די מגפה ווייס איך נישט, אבער 'הי"ד' קען מען זיכער שרייבן, עכ"פ אויף רוב פון זיי.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

איז דאס א נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו שרייבן?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

בעת שליטת הדין בעולם בשנת תש"פ-האלב ברמז

בימי הסתר והסגר שנת תש"פ-מער ברמז

שנת "הכתר והכבוד והמלוכה" לחי עולמים לפ"ק - גאר ברמז
פאר ווער עס האט נישט קיין נערווען צו ציילן 'הכתר' איז 625, 'והכבוד' איז 43, 'והמלוכה' איז 112
112+43+625=780 תש"פ
כבוד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

אויף רבי מענדל מרגליות ז"ל מציבה שטייט גרויס נעבן די דאטום "בימי עברה וזעם"
כבוד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

Amazing האט געשריבן:איז דאס א נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו שרייבן?

ווייל לפי ההלכה קען עס נישט ווערן אנגערופן א מגיפה. אפשר א חרון אף, אבער נישט קיין מגיפה.
יוסיף דעת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 11, 2017 2:36 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוסיף דעת »

כבוד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איז דאס א נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו שרייבן?

ווייל לפי ההלכה קען עס נישט ווערן אנגערופן א מגיפה. אפשר א חרון אף, אבער נישט קיין מגיפה.

פאר וואס איז דאס נישט א מגיפה להלכה?
מען זאגט נאך פון קאצקער אויפן פסוק יוסיף דעת יוסף מכאוב אז עס איז אמת אבער עס לוינט זיך.......
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

כבוד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איז דאס א נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו שרייבן?

ווייל לפי ההלכה קען עס נישט ווערן אנגערופן א מגיפה. אפשר א חרון אף, אבער נישט קיין מגיפה.

נישט געמיינט דייקא די לשון מגיפה, נאר מען זאל דערמאנען אז דאס האט פאסירט ביי די מצב.

אויב אלס בושה זעה איך נישט מיט וואס מען האט זיך צו שעמען מען נעמט ליידער נאר מסלתה ומשמנה די בעסטע וואס מיר פארמאכן ליידער
א'מונה ב'טחון ג'עלט
נחוניא
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4522
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 18, 2012 4:46 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחוניא »

איך האב אנגעפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דעת קדשו איז געווען אז מען זאל עס נישט דערמאנען אויף די מציבה.
אוועטאר
Amazing
שר שלשת אלפים
תגובות: 3105
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 29, 2016 9:09 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Amazing »

נחוניא האט געשריבן:איך האב אנגעפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דעת קדשו איז געווען אז מען זאל עס נישט דערמאנען אויף די מציבה.

נישט אנגעגעבן א סיבה?
א'מונה ב'טחון ג'עלט
געלויבט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 375
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 30, 2017 3:48 am

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלויבט »

יוסיף דעת האט געשריבן:
כבוד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איז דאס א נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו שרייבן?

ווייל לפי ההלכה קען עס נישט ווערן אנגערופן א מגיפה. אפשר א חרון אף, אבער נישט קיין מגיפה.

פאר וואס איז דאס נישט א מגיפה להלכה?

משנה אין תענית:אֵיזֶהוּ דֶבֶר, עִיר הַמּוֹצִיאָה חֲמֵשׁ מֵאוֹת רַגְלִי, וְיָצְאוּ מִמֶּנָּה שְׁלשָׁה מֵתִים בִּשְׁלשָׁה יָמִים זֶה אַחַר זֶה, הֲרֵי זֶה דֶבֶר. פָּחוֹת מִכָּאן , אֵין זֶה דֶבֶר: סגייט אריין אין דעם כלל?
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

נחוניא האט געשריבן:איך האב אנגעפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דעת קדשו איז געווען אז מען זאל עס נישט דערמאנען אויף די מציבה.

אינגע מענטש אדער א אלטע
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

מיין פיצי דעת איז נוטה אויף יא, אויף א נארמאלע שיינע וועג, פארוואס נישט?

מען האט נעבעך באגלייט רוב פון די מענטשן אין פיצעלע אויסגעשפילטע לוייות, זאל כאטש שטיין. מען שרייבט שוין נישט פ"נ איש ישר פלוני אלמוני און שוין, זאל זיין נאך א שיינע שורה איבער דעם.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראק דרייווער »

לכאורה די ווערטער "מגיפה הנוראה" איז זיכער נישט ריכטיג, אדער א דאפעלטע לשון. דהיינו מגיפה נוראה מיינט אז עס איז כמה וכמה מגפות איז געווען, און איצט אז אזא סארט מגיפה וואס איז מגיפה "הנוראה", דאס איז לכאורה נישט ריכטיג ווייל אין קעגנזאץ צו פריערדיגע מגיפות ה"י איז יענץ געווען סאך ארגער.

חוץ אויב מען זאל וועלן זאגן אז בכלל א מגיפה איז שוין א דבר נורא, דאן איז דאך עס סתם א דאפעלט לשון, אז מען שרייבט מגיפה איז דאך שוין ממילא נכלל אז דאס איז א דבר נורא.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
ישרן
שר חמש מאות
תגובות: 779
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 12:11 am

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישרן »

נחוניא האט געשריבן:איך האב אנגעפרעגט ביי כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, און דעת קדשו איז געווען אז מען זאל עס נישט דערמאנען אויף די מציבה.

אלס א רבישע ענין קאן זיין אלס אל תפתח פה וויבאלד מהאלט נאך יעצט אינדערמיט. אולי.
כבוד
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 07, 2016 2:05 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כבוד »

געלויבט האט געשריבן:
יוסיף דעת האט געשריבן:
כבוד האט געשריבן:
Amazing האט געשריבן:איז דאס א נארמאלע סיבה פארוואס נישט צו שרייבן?

ווייל לפי ההלכה קען עס נישט ווערן אנגערופן א מגיפה. אפשר א חרון אף, אבער נישט קיין מגיפה.

פאר וואס איז דאס נישט א מגיפה להלכה?

משנה אין תענית:אֵיזֶהוּ דֶבֶר, עִיר הַמּוֹצִיאָה חֲמֵשׁ מֵאוֹת רַגְלִי, וְיָצְאוּ מִמֶּנָּה שְׁלשָׁה מֵתִים בִּשְׁלשָׁה יָמִים זֶה אַחַר זֶה, הֲרֵי זֶה דֶבֶר. פָּחוֹת מִכָּאן , אֵין זֶה דֶבֶר: סגייט אריין אין דעם כלל?


זיכער אז נישט, הודו לשם.

פון יעדע 500 אין שטוט 3 מתים. ב"ה נישט אין די מצב...
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”