זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19989
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:07 pm

זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

וויאזוי איז געווען אין די היסטאריע ביי אנדערע מגיפות? זענען דא מציבות פון די פארגאנגענע ענליכע מצבים, זעהט מען דארטן דערמאנען אזא זאך? איז דא אנדערע געשעענישן אין די היסטאריע וואו מען דערמאנט אויף די מציבה איבער דעם?

מען רעדט נישט פון די צווייטע וועלטס קריג, דארטן שרייבט מען אויף מציבות א זיכרון. אדער פערזענליך א איד וואס איז רח"ל אומגעקומען פון א טראגעדיע שרייבט מען אמאל "אסון נורא" וכדו'. אבער דא רעדט מען פון א וועלטס געשעעניש.

אויב שרייבט מען יא, וואס זאל מען שרייבן? "מגיפה"? (איז עס להלכה א מגיפה?)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
צו געזונט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4032
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:11 pm

להלכה? מעדיציניש איז עס א מגיפה
בוי זיך זעלבסט

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך חוח בין השושנים » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:13 pm

ס'זענען דא מציבות פון פריערדיגע מגיפות וואו ס'שטייט קלאר אז דער נפטר איז אוועק פונעם מגיפה. זיכער יא (מ'האט שוין דא געברענגט ערגעץ פון תקצ"א). אויב יעדער האט געשריבן, ווייס איך נישט.

אויב מ'זאל יעצט שרייבן, דעתי נוטה אז יא. מוז מען שרייבן דאס ווארט 'מגיפה'? אפשר איז דא עפעס אנדערש אלס ערזאץ, אבער ס'מוז קענען ארויסברענגען די פוינט גענוג קלאר, נישט א רמז בעלמא.

ס'איז נישט רעלאווענט לעניות דעתי, אויב ס'הייסט פון הלכה'דיגן שטאנדפונקט א 'מגיפה' - אין בוכשטאבליכן זין פון ווארט, פונקט ווי נישט יעדער 'הרב החסיד' אדער 'איש תם וישר' וואס מ'טרעפט אויף מציבות זענען הלכה'דיג אויסגעהאלטן... און כ'מיין עס ערנסט.
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

veltsman
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 03, 2014 8:48 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך veltsman » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:31 pm

לדעתי יא, מ׳זאל שרייבן ״מגיפת תש״פ״

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך טראק דרייווער » דאנארשטאג אפריל 16, 2020 10:38 pm

איך האב אמאל עוסק געווען אין די סוגיא פון מצבות, איך האב דורכגעליינט אסאך מצבות. בין איך געוואר געווארן אז עס שטייט נעבעך אויף פילע מצבות אזויפיל שטותים מיט לאקשען פלאס גראבע ספעלינג מיסטעיק'ס און אנדערע מיסטעיק'ס, וועט שוין קאראנא מיטגיין...
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:06 am

פארוואס עפעס? אמאהל איז א מציבה געווען די איינציגסטער וועג איבערצוגעבען אינפארמאציע לדורות הבאים. היינט איז דעס שוין נישט נוגע... לאמיר לאזען די מציבות פאר די שבחים און נייעס קען מען טרעפען ערגעץ אנדערש... כך נראה לענ''ד
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 529
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך גליטשעדיג » פרייטאג אפריל 17, 2020 1:35 am

וואס זענען די צדדים?

וואס איז די תועלת פון יא שרייבן?
וואס איז די חסרון פון נישט שרייבן?

אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך אפשר פארקערט » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:05 pm

גליטשעדיג האט געשריבן:וואס זענען די צדדים?

סטיטשינער וואס האלט אז מען דארף דאווענען מיט מינין און מען האלט איין סאושעל דיסטסינג מער ווי די גוים און די שפיטעלער זענען שילדיג האלט אז מען זאל עס נישט שרייבען
און חוח וואס האלט פארקערט האלט אז מען זאל עס יא שרייבן
לעצט פאראכטן דורך אפשר פארקערט אום פרייטאג אפריל 17, 2020 3:11 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

Ozd
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 26, 2017 12:17 pm
פארבינד זיך:

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך Ozd » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:10 pm

זייט מ'האט אנגעהויבן שרייבן ביי וועם די נפטר איז געווען אן איידעם, און אין וועלעכע ישיבה ער האט געלערנט ("תלמיד הגה"ק..."), פארוואס נישט אויך קרונה?

ישתבח שמו לעד
שר מאה
תגובות: 203
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 19, 2015 1:45 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך ישתבח שמו לעד » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:12 pm

צו געזונט האט געשריבן:להלכה? מעדיציניש איז עס א מגיפה

תקעו סעיף ה
וכן מתענים על החולאים כיצד הרי שירד חולי אחד לאנשים הרבה באותה העיר כגון אסכרה (פירוש חולי סוגר הגרון מענין ויסכרו מעינות תהום) או חרחור וכיוצא בהם והיו מתים מאותו חולי הרי זה צרת צבור וגוזרין עליה תענית ומתריעין :

הגה: ובאלו חולאים אינן צריכין שימותו בשלשה ימים זה אחר זה כמו בדבר שהוא בא מכח שינוי אויר אלא מתענים ומתריעים על אלו החלאים מיד (בית יוסף):

אוועטאר
סיז מסודר
שר חמש מאות
תגובות: 999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2016 4:01 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך סיז מסודר » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:14 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:וואס זענען די צדדים?

סטיטשינער וואס האלט אז מען דארף דאווענען מיט מינין און מען האלט איין סאושעל דיסטסינג מער ווי די גוים און די שפיטעלער זענען שילדיג האלט אז מען זאל עס נישט שרייבען
און חוח וואס האלט פארקערט האלט אז מען זאל עס יא שרייבן

איך מיין מזאל ארויסשרייבן אויף די מציבה די פונקטליכע פרטים. צי ער איז אוועק ווייל די נורס האט אים פארנאכלעסיגט אדאנק די קליפס אדער ווייל ער האט געדאוונט מיט מנין...
מאך דיך נישט צוטהן פון קריטיק פון איינעם וואס דו וואלטסט נישט גענומען קיין עצות

אפשר פארקערט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 251
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 22, 2018 1:02 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך אפשר פארקערט » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:19 pm

ישתבח שמו לעד האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:להלכה? מעדיציניש איז עס א מגיפה

תקעו סעיף ה
וכן מתענים על החולאים כיצד הרי שירד חולי אחד לאנשים הרבה באותה העיר כגון אסכרה (פירוש חולי סוגר הגרון מענין ויסכרו מעינות תהום) או חרחור וכיוצא בהם והיו מתים מאותו חולי הרי זה צרת צבור וגוזרין עליה תענית ומתריעין :

הגה: ובאלו חולאים אינן צריכין שימותו בשלשה ימים זה אחר זה כמו בדבר שהוא בא מכח שינוי אויר אלא מתענים ומתריעים על אלו החלאים מיד (בית יוסף):

און דברי מלכיאל ווערט געברענגט אז די דין פון דריי מענטשען איז נאר אמאליגע צייטען אבער היינט אז מען קען וויסען אנדעם אז עס איז דא א מגיפה האט עס א דין מגיפה אפי אן דריי מענטשן (גהערט חו"מ פון פופלאנאש)

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12475
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובהדורך סטיטשינער » פרייטאג אפריל 17, 2020 3:32 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:וואס זענען די צדדים?

סטיטשינער וואס האלט אז מען דארף דאווענען מיט מינין און מען האלט איין סאושעל דיסטסינג מער ווי די גוים און די שפיטעלער זענען שילדיג האלט אז מען זאל עס נישט שרייבען
און חוח וואס האלט פארקערט האלט אז מען זאל עס יא שרייבן

שלום עליכם און א גוט געבענטשט יאהר. ווען איר זענט ווען אויפן סייט אביסעל לענגער וואלט איר געקענט מיין פריערדיגען אוועטאר און גרעדט אביסעל ווייניגער נארישקייטן.
#אז_מען_ווייסט_נישט_רעדט_מען_נישט
והעיקר, די מיני הערות זענען מיינע גרינע, דהיינו איך האב געליינט, און איך האב עס אפי' אפגעלערנט


אוועטאר
מומחה יוחס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3784
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך מומחה יוחס » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:03 pm

בשום אופן נישט שרייבן אויף די מציבות
איך בין די פרעזידענט אין אמעריקא

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14796
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:14 pm

די שמועס דא דערמאנט מיר פון דעם יעניגן וואס איז געגאנגען צום ערשטן מאל אין א בית החיים, און ער זעהט ווי אויף יעדע צווייטע מציבה שטייט "תנצב"ה", פרעגט ער: וואס איז פארגעגאנגען שנת תנצב"ה? קוקט אויס אז ס'איז געווען דעמאלס א אויסטערלישע מגיפה...

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:27 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די שמועס דא דערמאנט מיר פון דעם יעניגן וואס איז געגאנגען צום ערשטן מאל אין א בית החיים, און ער זעהט ווי אויף יעדע צווייטע מציבה שטייט "תנצב"ה", פרעגט ער: וואס איז פארגעגאנגען שנת תנצב"ה? קוקט אויס אז ס'איז געווען דעמאלס א אויסטערלישע מגיפה...

:lol:
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

לעכטל
שר האלף
תגובות: 1718
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג אפריל 17, 2020 4:34 pm

מומחה יוחס האט געשריבן:בשום אופן נישט שרייבן אויף די מציבות

אה די רבי זאגט שוין זיין דעת קדשו, ווייסערמיר שיון וואס צו טוהן.. ס'זאל נאר ח"ו נישט אויספעלן.
קען די רבי ביטע מסביר זיין די החלטה :?:
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן...

(פרעזידענט לינקאלן)

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:08 pm

איזה נוסחאי מציבות בשאלוניקי שנחרתו עליהם שנפטרו במגיפה רח"ל

image - 2020-04-18T225812.434.png
image - 2020-04-18T225812.434.png (15.85 KiB) געזעהן 1982 מאל
image - 2020-04-18T225836.520.png
image - 2020-04-18T225836.520.png (47.03 KiB) געזעהן 1982 מאל
image - 2020-04-18T225902.867.png
image - 2020-04-18T225902.867.png (28.11 KiB) געזעהן 1982 מאל

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:12 pm

בין המצבות העתיקות בעיר בעלזא נמצאת גם מצבה מאחד שנפטר במגיפה רח"ל ומתחלת בנוסח "וימת שם משה במגפה לפני השם"

Фото-1739 - Copy.jpg
Фото-1739 - Copy.jpg (18.34 KiB) געזעהן 1969 מאל
Фото-1739.jpg
Фото-1739.jpg (235.22 KiB) געזעהן 1969 מאל

אוועטאר
לעבט אין לאכט
שר מאה
תגובות: 129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 13, 2016 10:20 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך לעבט אין לאכט » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:15 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן:
גליטשעדיג האט געשריבן:וואס זענען די צדדים?

סטיטשינער וואס האלט אז מען דארף דאווענען מיט מינין און מען האלט איין סאושעל דיסטסינג מער ווי די גוים און די שפיטעלער זענען שילדיג האלט אז מען זאל עס נישט שרייבען
און חוח וואס האלט פארקערט האלט אז מען זאל עס יא שרייבן

:lol:
אז מען לאכט לעבט מען

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:17 pm

מצבה בהר הזיתים של הרופא ר' בנימין ראטציגל ע"ה

פ"נ איש
תם וישר אסיא (=רופא בארמית) דעל
כרכא קדישא הדין
הקדיש גופו בפרט בעת
שהיתה על עיר קדשינו
מתוחה מדת הדין ב"מ מה"ו
בנימין ראטהציגעל
ע"ה נלב"ע יום עש"ק ר"ח
אדר שנת תרכ"ו לפ"ק

44.JPG
44.JPG (386.32 KiB) געזעהן 1943 מאל
image - 2020-04-18T231935.424.png
image - 2020-04-18T231935.424.png (42.8 KiB) געזעהן 1931 מאל

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2609
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך חוח בין השושנים » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:21 pm

אפשר פארקערט האט געשריבן: סטיטשינער וואס האלט אז מען דארף דאווענען מיט מינין און מען האלט איין סאושעל דיסטסינג מער ווי די גוים און די שפיטעלער זענען שילדיג האלט אז מען זאל עס נישט שרייבען
און חוח וואס האלט פארקערט האלט אז מען זאל עס יא שרייבן

נעם עס א טריט ווייטער,
לפי זה יעדע בילד וואס יציב פתגם האט/גייט דא ברענגען אויפציווייזן א מ'פלעגט עס יא ארויסשרייבן אויפן מצבה, ברענגט מיט נאך א מאן דאמר אז מ'דארף היטן סאושעל דיסטענסינג והמסתעף...
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
יציב פתגם
שר חמשת אלפים
תגובות: 5949
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 25, 2013 3:17 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך יציב פתגם » מוצ"ש אפריל 18, 2020 11:38 pm

מצבתו המקורית של הרה"ק רבי ליבער הגדול מבארדיטשוב זי"ע שנסתלק במגיפת העיפוש רח"ל בשנת תקל"א

"ציון קבר, המת בדבר..."

grav1-2.jpg
grav1-2.jpg (44.45 KiB) געזעהן 1887 מאל

טראק דרייווער
שר האלף
תגובות: 1543
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך טראק דרייווער » זונטאג אפריל 19, 2020 12:39 am

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:די שמועס דא דערמאנט מיר פון דעם יעניגן וואס איז געגאנגען צום ערשטן מאל אין א בית החיים, און ער זעהט ווי אויף יעדע צווייטע מציבה שטייט "תנצב"ה", פרעגט ער: וואס איז פארגעגאנגען שנת תנצב"ה? קוקט אויס אז ס'איז געווען דעמאלס א אויסטערלישע מגיפה...


ועתה פלצתי עליך פלץ....
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

ODOM
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

Re: זאל מען שרייבן אויף די מציבות פון די קרבנות ר"ל אז זיי זענען אומגעקומען פון די וויירוס?

תגובהדורך ODOM » זונטאג אפריל 19, 2020 1:15 am

ס'איז דא א אוונטערשייד צוווישן די וואס זענען נפטר געווארין בלויז פון די קאראנא, און צוווישן די וואס די קאראנא האט זיי שווערער געמאכט די אלטע קראנקהייטין וואס זיי האבין געהלטין מקדמת דנא.
די ערשטע קעמען שרייבין "במגפה", די אנדערע קעמען שרייבין נאר "בשעת המגפה".
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: לפנות בוקר, פארדעם, פארפלאנטערט און 18 געסט