איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 26, 2020 6:40 pm

איך האב צוגעגליכן יודן צו די אלגעמיינע באפעלקערונג, נישט קיין אנדערע מינאריטיס.

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5356
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך נא_שכל » דינסטאג מאי 26, 2020 6:53 pm

איטשע האט געשריבן:יעדער מגיפה ביז׳ן היינטיגן טאג האט געהאט עטליכע אויסבראכן, און אין אלגעמיין איז דער צווייטער, געווען די מגיפה וואס מען געדענקט, צוליב ווי שווער ס׳איז געווען. א שטייגער ווי כאלערע, איז אום תקצ״א געווען דער צווייטער אויסבראך און די שווערסטע, ס׳איז געווען נאך עטליכע נאך דעם, אבער מילדער.

דער אינצגיסטע חילוק וואס איז יעצט דא, איז א זאכן פאר שנעלער!
ס׳יי די מדיפה פון אנפאנג ביז׳ן זיךפארשפרייטן איז געפארן פיל שנעלער, צוליב אינטערנאציאנאלע טרעוועל.
סיי עס אונטצודקורן, צוליב די די פילע ״לאקדוינ׳ס״ און סאשעל דיטענסינג וואס איז געווען א דבר חדש אין די היסטאריע פון מגיפה׳ס.
דעריבער איז צו ערווארטן אז דער צווייטער אויסבראך, וועט זיין דא שנעלער ווי מען מיינט.
דאס איז אויב זאכ׳ן פאר׳ן על פי דרך הטבע.

די צווייטע מאל וואס איר רעדט איז געווען אין די זעלבע מקום ווי ס'איז געווען די ערשטע מאל? ביי די זעלבע מענטשן?
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 26, 2020 7:06 pm

אין אלגעמיין יא.
מען דארף נעמען אין באטראכט אז אמאל איז מען נישט געפארן ווי היינט. צום ביישפיל, קאראנא איז היינט אין יעדער שטאט, אמאל איז עס נישט אנגעקומען אין יעדער שטאט.

אוועטאר
אלטער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3098
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 14, 2020 12:44 pm
לאקאציע: אין בהמ"ד ביים קאווע שטיבל

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך אלטער » דינסטאג מאי 26, 2020 7:09 pm

נו אז יעצט איז עס אין אלע שטעט, מיינט עס אז איינמאל ער גייט פון דא איז ער מער נישט דא... ער האט דאך נישט פון וואו צוריק צו קימען.
סטיטשי פאר ראש הקהל, סטאוויא פאר הויפט סטראטאגיסט!

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 26, 2020 7:26 pm

ניין, לצערנו ארבעט עס נישט אזוי, די מגיפה איז צוריגעקומען עטליכע מאל אין די זעלבע שטאט. נאר ס׳איז נישט געווען גלייך איבעראל, אין איין שטאט האט עס אנגעהויבן פריער און אין איין שטאט שפעטער. למשך אום 1831 איז עס אום תשעה באב שוין געווען גרר שטארק אין בארדיטשוב און אין דובנא ווי מען האט נישט געלאזט פאסטן, ווידער אין בראד איז עס נאך נישט געווען, ווען מען האט יא געפאסט.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך יידישע קהילות » דינסטאג מאי 26, 2020 8:19 pm

קנאפער ידען האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:אזהרה נחוצה
דער עולם רעדט אין גרויסן אז 100% פון "אונזערע" קאמיוניטיס האבן עס שוין ג'האט.
מיר האבן שוין נישט קיין ריזיקע און סכנה.
ממילא זאלן מיר זיין אפן, צוריק נארמאל. מקוואות און חדרים, בתי מדרשים און ישיבות. סקולס און געשעפטן. בקיצור צוריק ווי אמאל.
אבער באטראכנדיג דעם מסיח-לפי-תומו'דיגע אנקעטע - פון אונזער- קאמיוניטי, זעה איך אז עס איז גארנישט אזוי פשוט.
עס האלט ביי בערך 65% האבן די אנטי באדיס, און 35% האבן עס נישט.
דאס מיינט אז בלויז 65% פון אונז זענען געווען אויסגעשטעלט צו דעם וויירוס.
אין אנדערע ווערטער, די 35% קענען עס נאך כאפן. (אפשר דארף מען אביסל נידערן די נומער, ווייל טייל פון זיי האבן אפשר יא שוין ג'כאפט די וויירוס אבער נאכנישט קיין אנטי-באדיס.).
איינער וואס קען אביסל חשבון פארשטייט אז דאס מיינט, אז ח"ו עס קען זיך צוריק קערן די זעלבע מעשה אויף בערך 50% רח"ל. ד.ה. אז לאמיר זאגן ביים ערשטן "כוואליע" איז געווען 250 פאטאליטעטן, איז פאראויסצוזאגן 125 פאטאליטעטן רח"ל. אויב מ' וועט נישט זיין פארזיכטיג!
היות דער עולם דא אויף אייוועלט איז א יינגערע עולם ווי אין אלגעמיין. מיינט דאס אז ביים עלטערן עולם זענען די נומערן נאך נידריגער!
דער עולם ווערט געבעטן צו נעמען מיינע רייד מיט פארשטענדענישט, און נישט זיך טענה'ן סתם לשם טענה'ן.
דער עלטערער עולם זאל נאך זיין זייער געווארנט!
און אפילו דער יינגערע עולם זאל זיין געווארנט אויב דו האסט נאכנישט קיין אנטי-באדיס. אןו אויף יעדען פאל, זיי נזהר ווען דו גייסט צו דיינע עלטערן און צו אנדערע עלטערע מענטשן.

דיין חשבון איז נישט גערעכט ווייל דו פארגעסט צו רעכענען דער איידיע פון הערד-אימיונעטי. אויב %65 קענען עס מער נישט באקומען איז די שאנסן פאר א עכטע פארשפרייטוג - צו די וואס קענען עס נאך יא באקומען - נידריגער מיט גאר גרויסע פערצענט.

לויט סייענטיסן איז בערך 70% דער נומער וואס מען דארף עכט האבן צו עס כמעט אינגאנצן ממש אפשטעלן.

ענדליך איינער וואס רעדט צום זאך.
אבער איך מיין אז דו ביסט נאר גערעכט ווען אונז וואלט מיר געלעבט אין א איזאלירטן אינזל אדער ווען עס וואלט געווען א גרעניץ צווישן אונז, וואלסטו געווען גערעכט.
היות אבער מיר קומען יא אין קאנטאקט מיט די וועלט, און ביי זיי איז נישטא אזא הויכע ראטע פון אנטי-באדיס, ממילא איז נישטא אזא שטארקע הערד-אימיוניטי. עפעס יא. אבער לעומת זה דארפסטו נעמען אין באטראכט די אלע עלטערע מענטשן וועלכע שרייבן נישט אויף אייוועלט, וועלכע זענען מסתם געווען מער אפגעזונדערט ממילא א קלענערע ראטע פון אנטי-באדיס אפילו ביי אונז.
בקיצור, עס גלייכט זיך אויס אויף בערך 30%-35%. וואס ווערט איבערגעטייטשט צו בערך 50% פון 70%-75% וואס האבן דאס ג'האט אין די ערשטע כוואליע.
על כן טייערע יידן, מ'דארף נאך ווייטער מתפלל זיין. תפלה עושה מחצה, אז דער אייבישטער זאל רחמנות האבן אויף די צווייטע העלפט.
עלטערע יידן (=איבער 60+) וועלכע האבן נאכנישט קיין אנטי-באדיס זאלן נאכנישט ארויסגיין פון שטוב. טראץ די שוועריגקייט דערפון. לכאורה אויב דער וויירוס וועט זיך מער פארשפרייטן אין אונזערע געגנטער, און דער יינגערער עולם וועט אריינקומען מיט נאך העכערע ראטעס פון האבן אנטי-באדיס, וועט די סכנה - ביי אונז - זיין א פארגאנגענהייט מער ווייניגער.
ווער עס האט גענומען לעצטענס די טעסט, זאל ביטע אריינקומען און וואוטן.
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך איטשע » דינסטאג מאי 26, 2020 8:25 pm

מען דארף געדענקען נאך גאר א וויכטיגע נקודה. אנטי באדיס איז גוט אז מען זאל נישט כאפן אט דעם קאוויד19 סטרינג, אויב ח״ו גייט די ווירוס אריבער א מיוטעשאן, א טוישונג, זענען די אנטי באדיס גארנישט ווערט, און ס׳קען גורם זיין דאס פארקערטע ה׳ ישמרנו.

דריידל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5200
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך דריידל » דינסטאג מאי 26, 2020 11:01 pm

זארג נישט האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
יידישע קהילות האט געשריבן:וואס האלט דער עולם?
קען מען זיך אביסל דערמונעטערן און קלערן אז מיר הייבן שוין אהן אט אט צו זעהן די ליכטיגקיין ביים סוף פון דעם פונסטערן טונעל?
הייבן מיר שוין אן ארויסצוגיין?

קענסט קלערן וואס די ווילסט און האפן אויף דאס בעסטע, אבער קיינער ווייסט נישט וואס וועט זיין. קיינער ווייסט נישט וויפול מענטשן זענען שוין געווארן אנגעשטעקט.
מ'דארף מתפלל זיין אז די באשעפער זאל זיך שוין מרחם זיין ווייל אונז האמיר שוין אלע געכאפט די רמז.

מען ווייסט יא. מען וויייסט אז ווען עס זענען מער נישט דא קיין נייע אנגעשטעקטע, מיינט עס אז דער מגיפה איז ב"ה פארראיבער. ב"ה שוין נישט דא קיין נייע אנגעשטעקטע ביי אונז באלד א חודש.

יא יא. יעצט ווייסט מען שוין מער אבער איך האב געשריבן מיין תגובה אפריל 5

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 27, 2020 7:31 am

איטשע האט געשריבן:מען דארף געדענקען נאך גאר א וויכטיגע נקודה. אנטי באדיס איז גוט אז מען זאל נישט כאפן אט דעם קאוויד19 סטרינג, אויב ח״ו גייט די ווירוס אריבער א מיוטעשאן, א טוישונג, זענען די אנטי באדיס גארנישט ווערט, און ס׳קען גורם זיין דאס פארקערטע ה׳ ישמרנו.


לצערנו כי רבה, קומען אריין פרישע שטודיעס, אז די אנטיבאדיס פון קאראנאווירוס, האט א ״סעל ביי דעיט״, פון 6 מאנאטן...
דאס הייסט אז אום תשרי, איז יעדער איינער, אריינגערעכנט די וואס האבן עס שוין רח״ל געהאט, צוריק צום אלטן.

אוועטאר
יידישע קהילות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3945
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 28, 2014 4:03 pm

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך יידישע קהילות » מיטוואך מאי 27, 2020 9:43 am

איטשע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:מען דארף געדענקען נאך גאר א וויכטיגע נקודה. אנטי באדיס איז גוט אז מען זאל נישט כאפן אט דעם קאוויד19 סטרינג, אויב ח״ו גייט די ווירוס אריבער א מיוטעשאן, א טוישונג, זענען די אנטי באדיס גארנישט ווערט, און ס׳קען גורם זיין דאס פארקערטע ה׳ ישמרנו.


לצערנו כי רבה, קומען אריין פרישע שטודיעס, אז די אנטיבאדיס פון קאראנאווירוס, האט א ״סעל ביי דעיט״, פון 6 מאנאטן...
דאס הייסט אז אום תשרי, איז יעדער איינער, אריינגערעכנט די וואס האבן עס שוין רח״ל געהאט, צוריק צום אלטן.

מקור??
"כל האומר דבר שמועה מפיהם של צדיקים הם מתפללים עליו וממליצים טובה עליו - ספר חסידים אות רכ"ד
מיין אימעיל: SeforimVelt@gmail.com

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 27, 2020 10:11 am

יידישע קהילות האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:מען דארף געדענקען נאך גאר א וויכטיגע נקודה. אנטי באדיס איז גוט אז מען זאל נישט כאפן אט דעם קאוויד19 סטרינג, אויב ח״ו גייט די ווירוס אריבער א מיוטעשאן, א טוישונג, זענען די אנטי באדיס גארנישט ווערט, און ס׳קען גורם זיין דאס פארקערטע ה׳ ישמרנו.


לצערנו כי רבה, קומען אריין פרישע שטודיעס, אז די אנטיבאדיס פון קאראנאווירוס, האט א ״סעל ביי דעיט״, פון 6 מאנאטן...
דאס הייסט אז אום תשרי, איז יעדער איינער, אריינגערעכנט די וואס האבן עס שוין רח״ל געהאט, צוריק צום אלטן.

מקור??

https://www.researchgate.net/publicatio ... SARS-CoV-2
לעצט פאראכטן דורך איטשע אום מיטוואך מאי 27, 2020 10:18 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 27, 2020 10:17 am

דאס איז אלטע נייעס, שוין געליינט איבער די שטודיע א חודש צוריק. למעשה האב איך געזעהן טענה'ן אז ביי די גאר שעדליכע קאראנע וויירוס ווי סארס האט עס יא געהאלטן סאך לענגער לויט א שטודיע דורכגעפירט אויף מאנקי'ס. ווייזט אויס עס האט עס האט צו טון ווי א שעדליכער וויירוס דאס איז

איטשע
שר האלף
תגובות: 1971
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך איטשע » מיטוואך מאי 27, 2020 10:19 am

Programming האט געשריבן:דאס איז אלטע נייעס, שוין געליינט איבער די שטודיע א חודש צוריק. למעשה האב איך געזעהן טענה'ן אז ביי די גאר שעדליכע קאראנע וויירוס ווי סארס האט עס יא געהאלטן סאך לענגער לויט א שטודיע דורכגעפירט אויף מאנקי'ס. ווייזט אויס עס האט עס האט צו טון ווי א שעדליכער וויירוס דאס איז


כ׳האב געטוישט דער לינק צו דער מקור פונ׳ם מקור.
דער באריכט איז פון מאי 2020, דער שטודיע האט איר נישט געליינט א חודש צוריק.

Programming
שר חמש מאות
תגובות: 697
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:53 pm

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך Programming » מיטוואך מאי 27, 2020 10:41 am

די שטודיע ציט זיך שוין 35 יאר, און די רעזולטאטן זענען שוין מעגליך באקאנט פאר א וויילע

אויך מעגליך אז איך רעד פון א אנדערע שטודיע מיט די זעלבע רעזולטאטן

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 658
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: איז די שווערסטע שוין אונטער אונז?

תגובהדורך אחד הרבנים » מיטוואך מאי 27, 2020 10:46 am

זארג נישט האט געשריבן:
אחד הרבנים האט געשריבן:די שווערסטע זעהט דערווייל אויס צו זיין ווייט פון אינטער אונז. די צוגעמאכטע מוסדות קען אונז קאסטן אסאך אסאך מער נפשות (ברוחניות) ווי די גאנצע קאוויד.

נישט עס קען, נאר עס האט שוין ליידער געקאסט.

יא? איר ווייסט פון א טויזענט נפשות ברוחניות וואס פעלן שוין? רחמנא ליצלן!!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הרב_שלום און 15 געסט