You don't live for pleasure
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
You don't live for pleasure
אנטשולדיגט פאר די ענגלישע קעפל
כ'וויל שרייבן פון א זאך וואס מענטשן נעמען נישט גענוג ערענסט.
אין מיין ארבייט, שוין באלד צוואנציג יאר צום גוטן, קומט מיר אויס ארומצוגיין אין הייזער, און פון צייט צו צייט כאפט מען א שמועסל.
די שמועס וואס איך שרייב יעצט איז געווען בערך פאר זיבעצן יאר צוריק. כ'בין דאן געווען אין הויז פון א גאר חשוב'ן איד, א בעל צורה, א אנגעזעענער אין גאר א שיינע קהילה. פארציילט מיר די רעבעצין אז נעכטן איז איר מאן אויפגעשטאנען און ער האט פלוצים באמערקט ווי די לינקע האנט איז אים 'שווארץ', ער האט גארנישט געשפירט קיין סימפטאמען, נישט קיין שנעלע הארץ קלאפעניש, וכדו.
הכלל, די גלייכע זאך איז צו רופן הצלה, אבער ניין מ'קען נישט רופען הצלה, ס'פאסט נישט. בלית ברירה האט מען אפגעשמועסט מיט די חברה הצלה אז מ'גייט אראפ פארן צו די הצלה גאראדזש און דארט וועט מען אים אויסטשעקן.
ווי נאר דער איד איז אנגעקומען צו די הצלה גאראדזש און די שטאב האט געזען זיין האנט, האט מען אים תיכף אן קיין שאלות אריינגעפירט אין שפיטאל.
ווי נאר דער איד מיט זיין אידענע זענען אנגעקומען אין האספיטאל, קומט אן א נוירס און זאגט 'טעיק אף יור שוירט ענד אנדערשוירט' פרעגט זיין פרוי די נוירס 'אפשר זאל ער עס נישט אויסטוען, כ'ווייס, ס'איז נישט שיין, ס'פאסט נישט וכו. האט די נוירס געענטפערט, 'יו דאנ'ט ליוו פאר פלעזשער' אין אידיש 'איר לעבט נישט פאר פארגעניגן'.
(איידער כ'גיי ווייטער, שווארצע האנט קען זיך מאכן פון געפערליכע סטרעסס, די בילד דערפון איז זייער שרעקעדיג, ס'קען ווארשיינליך פירן צו ארגערס, ב"ה דער איד האט עס גוט באהנדל'ט און ב"ה ארויס פון געפאר)
אצונד צו מיין נקודה: כ'האב זיך במשך די יארן א סך מאל דערמאנט אין די פראזע 'יו דאנט ליוו פאר פלעזשער', כ'האב זיך פרובירט מתבונן צו זיין אין די עמקות פון די פראזע, אז מ'הערט אמאל א שטארק ווארט, אפי' ס'קומט פון זיי, און עס גוט איינצוקעשן.
יעצט ווען מ'האלט אין א מצב פון 'קאראנע' א צומעשעניש, האב איך באשלאסן צו 'גוגלן'.
די גראם אין ענגליש ליינט זיך אזוי, 'דאנ'ט ליוו פאר פלעזשער' - 'לייוו איז עי טרעזשער'
אין אידיש קען מען עס אפשר זאגן: 'מיט פארגעניגן זיי נישט דיין לעבן קוצר' 'דיין לעבן איז א אוצר'
אצונד צום ענין:
ס'איז היינט אזא זמן פון שיכרות, גארנישט איז קלאר, איין זאך וואס יעדער קען מודה זיין - ליידער - איז די 'מבשרי אחזה', דאס איז דו שטערקסטע וועג ווייזער, ליידער.
(גיבט א קוק פריוואטע מנינים, מיין ארטיקל איז נישט לגבי מנינים, כ'ברענג דאס נאר אלץ ביישפיל. זייער א סך אידן וואס האבן געהאלטן אנפאנג אז מ'מעג דאווענען מיט מנין אין א צימער אונטער איין דאך, לויט די רעגירונגס פארשריפטן, סאשעל דיסטענס, האלטן היינט אז נישט, ווייל זיי האבן זיך אויף די 'אייגענע הויט' איבערצייגט, ליידער, אז ס'טויג נישט).
כל דבר שהיה בכלל, א איד מוז אויסזעען נארמאל, שיין, מענטשליך, ויצא מן הכלל:
מאסקעס!
רבותי מאסקעס, א נייע דערהער, אידן טוט אייך מאסקעס, ס'פאסט שוין פאר יעדן, "יו דאנ'ט ליוו פאר פלעזשער" רבותי איר דארפט בלית ברירה גיין אין געשעפט וכדומה, אחוץ גלאווס, טוט אייך אן מאסקעס!
מאסקעס, א באשיצער פאר די מויל מיט די נוז איז אזויפיל 'קאמאן סענס' אז דאס איז פון די שטערקסטע באשיצער ווען מ'מוז זיך בלית ברירה דרייען צווישן מענטשן. וועט איינער פרעגן, וואס הייסט, די רעגירונג האט בלויז 'רעקמענדירט' צו גיין מיט א מאסק מ'מוז נישט, ר' איד אין אזא צייט נעם עס אויף די אייגענע האנט, נוץ דיין אייגענע הבנה.
כ'קום די וואך אריין אין געשעפט מיט א מאסק, פרעגט מיר עמעציר צו איינער פון מיין משפחה איז חלילה נישט געזונט, כ'גיי זיך נישט טענה'ן ווייל - ליידער - ימים ידברו, נישט ידברו, ס'רעדט שוין.
מיר זענען נישט צוגעוואוינט צו טראגן מאסקעס. א מאסק טראגט א דענטיסט וועט ער מאכט א פילינג, אדער די היידזשעניסט ווען זי קלינט די צאן, אבער מיר זיינען בני מלכים, ס'פאסט נישט, ס'זעעט אויס מאדנע, רבותי "יו דאונט ליוו פאר פלעזשער".
די טבע פון איינער וואס טרינקט איז, אז נאכן טרינקן איין גלאז איז ער נאכנישט שיכור, צוויי נאכאלץ נישט, דריי נאכאלץ נישט, איי ווארט אפאר מינוט וועסטו שפירן ווי די וויין ווירקט שוין, אבער ניין ער טרינקט נאך און נאך און שפעטער איז ער שוין אזוי שיכור, קראנק און וואס נישט.
רבותי, טייערע אידן, אז איינער אן קיין מאסק איז א 'קעריער', אדער ער איז אנגעשטעקט און ער ווייסט נישט דערפון, ער האט זיך שוין ארויסגעדרייט, (אזוי מיינט ער/זי) דו הויז פון ווי מ'קומט איז פארהאן אנגעשטעקטע, און יענער גיבט א קראץ אין די האלז אין גראסעריי, און א מינוט שפעטער גייט א צווייטער אדורך אויך אן א מאסק, מ'קען נישט וויסן וואס דאס וועט ברענגן, אויף וואס ווארט מען? אויף נאך א גלאז? נאך א בלאז?
איז דא א הלכה אז מ'טאר נישט גיין מיט א מאסק? ס'איז נישטא אזא הלכה, אבער נע ס'איז נישט אזוי סיריעס, אזוי? פרעגט די אלע אידן וואס וואלגערן זיך יעצט, צו ס'איז נישט סיריעס.
א אידיש לעבן איז א 'אוצר' אבער נאך ווי, די גרעסטע און שענסטע אוצר אויף די וועלט.
רבותי Awareness לאמיר מקיים זיין בדרך רמז 'אשרי מאסקל אל דל' אפשר וועט אויך מקויים ווערן 'והיה כל הארץ שפה אחת' אז איעדער - פון אונז עכ"פ - וועט האבן די זעלבע מויל, זאל שוין אוודאי מקויים ווערן 'והיה השם למלך על כל הארץ'.

על מי מנוחות ינהלנו
- בשבילי נברא
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9234
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am
Re: You don't live for pleasure
זייער גוט געשריבן, און ריכטיג.
זעהט אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער וועם ס'קרענקט אז בשעת די נידעריגע חולערעס גייען מיט מאסקעס זענען מיר "בעסערע" אוממענטשן..
זעהט אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער וועם ס'קרענקט אז בשעת די נידעריגע חולערעס גייען מיט מאסקעס זענען מיר "בעסערע" אוממענטשן..
Re: You don't live for pleasure
יישר כחכם!
(ב"ה ווי איך בין איז עס א קלענערע נסיון, עלית לקרתא וכו', אבער אז איך ווייס אז נאך א חסידי'שער איד שרייבט אזוי ווערט עס ביי מיר נאך גרינגער.)

מחשב האט געשריבן:זייער גוט געשריבן, און ריכטיג.
זעהט אויס אז איך בין נישט דער איינציגסטער וועם ס'קרענקט אז בשעת די נידעריגע חולערעס גייען מיט מאסקעס זענען מיר "בעסערע" אוממענטשן..
ניין ביזט נישט דער איינציגסטער... דריי אידן ווייס איך שוין...
Re: You don't live for pleasure
גאנץ גוט געשריבען, אבער קיינער שעמט זיך נישט צי גיין מיט א מאסק,
אויב עפעס זאלסטו שרייבען צי די גאווערמענט מען זאל זיך האלטען איין מאל פאר אלעמאל מיט די זעלבע מעסעזש בנוגע די מאסקעס,
די לעצטע פאר וואכען האבען זיי געטוישט די מעסעזש וועגען מאסקעס יעדע איינציגסטע טאג
אויב עפעס זאלסטו שרייבען צי די גאווערמענט מען זאל זיך האלטען איין מאל פאר אלעמאל מיט די זעלבע מעסעזש בנוגע די מאסקעס,
די לעצטע פאר וואכען האבען זיי געטוישט די מעסעזש וועגען מאסקעס יעדע איינציגסטע טאג
Re: You don't live for pleasure
אידן, זאלן די סיבות זיין פארשידנארטיג, דהיינו, מ'איז נישט געוואוינט צו גיין מיט א מאסק, די רעגירונג גיבט נישט קיין פארארדענונג, אדער עני אנדערע סיבה. זאל אונז נישט אנגיין להבדיל ווי די גוי גייט, לאמיר רעדן צווישן אונז אידן, ווי כ'האב געשריבן 'לאמיר נוצן די אייגענע הבנה' לאמיר אלע זיין געזונט און היטן אויף אונזער אוצר.
על מי מנוחות ינהלנו
- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: You don't live for pleasure
פאלעסיידס האט געשריבן:גאנץ גוט געשריבען, אבער קיינער שעמט זיך נישט צי גיין מיט א מאסק,
אויב עפעס זאלסטו שרייבען צי די גאווערמענט מען זאל זיך האלטען איין מאל פאר אלעמאל מיט די זעלבע מעסעזש בנוגע די מאסקעס,
די לעצטע פאר וואכען האבען זיי געטוישט די מעסעזש וועגען מאסקעס יעדע איינציגסטע טאג
געטראכט די זעלבע
נעמט נאכנישט אוועק די ריכטיקייט פונעם ארטיקל אבער דאס עצם יא דארפן גיין מיט א מאסק אדער נישט איז נישט אזוי קלאר
Re: You don't live for pleasure
יישר כוח פארן זיך נעמען דע מיע אין שרײבן וואס איז װיכטיג און ריכטיג
ילמדו תו... בינה
ילמדו תו... בינה
- סטיטשינער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22690
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
- לאקאציע: 50°18′N 21°4′E
Re: You don't live for pleasure
ייש''כ וכן אני נוהג
(סיי דא אויף אייוועלט און סיי אינדערויסן אויף די עכטע וועלט)