בלאט 1 פון 1

לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 11:27 am
דורך yoy
ווייסט עמיצער צו די לייף אינשורענס פאליסי וועלען ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא
דאכט זיך מיר, אז און אזעלעכע פאלען פין א פעדעמיע איז דער אינשורענס פאליסי אויסגשניטען

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 11:32 am
דורך וויכטיג מאכער
רוב קאמפאניס באצאלן געהעריג!

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 11:36 am
דורך yoy
וועלעכע ווייסטי וועלן נישט באצאלען?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 11:43 am
דורך לעכטל
אמת עס איז דא אזא זאך אז ביי א פעדעמיע, זאל לייף אינשורענס נישט דארפן באצאלן, אבער ממש 'אלע' לייף אינשורענס קאמפעניס האבן Announced אנהויב פון די אויסברוך אז זיי וועלן יא צאלן דא, מען זאל נישט דארפן צוקומען צו דעם, און איך ווייס פאר א פאקט פון עטליכע קעיסעס וואס האלטן אינמיטן באקומען. (השם ישמרינו).

וויל איך טאקע אויסרופן דא בשער בת רבים: מען קען נאך מאכן פאלעסיס, און פאר פארשטינקענע פאר דולר קען מען קויפן א term policy און מען קען מאכן די פראסעס פון ווערן איפראווט זייער שנעל!

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 11:55 am
דורך yoel2124441100
You don't even have to take a blood test this days,So if you are smoking etc

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 12:16 pm
דורך lebediger berel
yoel2124441100 האט געשריבן:You don't even have to take a blood test this days,So if you are smoking etc

און זאלסט אודאי נישט זאגן קיין ליגענט אויף די אפליקעישאן ווייל זיי וועלן וויסן במילא צום סוף!
און רעד דיך דורך מיט א ערפארענע אגענט וואס די בענעפיט איז!

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:06 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
קען מען יעצט אפשטופן די דיו דעיט פון באצאלן די פאלעסי אזוי ווי ק"ק און מארגידזש?

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 3:32 pm
דורך ירנן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קען מען יעצט אפשטופן די דיו דעיט פון באצאלן די פאלעסי אזוי ווי ק"ק און מארגידזש?

קעסט אריינקאלן פרעגן

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 4:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ירנן האט געשריבן:קעסט אריינקאלן פרעגן

יישר כח פאר אייער הילף
רילי אפרישיעטעד

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: פרייטאג אפריל 03, 2020 6:01 pm
דורך פישל דער פישער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קען מען יעצט אפשטופן די דיו דעיט פון באצאלן די פאלעסי אזוי ווי ק"ק און מארגידזש?

מיין לייף אינשורענס אגענט האט מיר געזאגט אז זיי גיבן עס לכתחילה אזוי ווי אלע קרעדיט קארטלעך און מארטגעדזש פעימענט.

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 3:41 am
דורך וויכטיג מאכער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קען מען יעצט אפשטופן די דיו דעיט פון באצאלן די פאלעסי אזוי ווי ק"ק און מארגידזש?

יא, רוב קאמפאניס האבן געמאלדן אזוי...

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 1:25 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
א גרויסן יישר כח

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 11:39 pm
דורך shulem k
ירנן האט געשריבן:
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:קען מען יעצט אפשטופן די דיו דעיט פון באצאלן די פאלעסי אזוי ווי ק"ק און מארגידזש?

קעסט אריינקאלן פרעגן

מ'קען יעצט ווארט צווויי שעה איינער זאל אויפהייבן...

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 12, 2020 11:41 pm
דורך shulem k
קען מען יעצט אפשטופן די דיו דעיט פון באצאלן א "לאון" פון א לייף אינשורענס פאליס אין נישט דארפן באצאלן די אינטרעס?

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 2:50 am
דורך וויכטיג מאכער
Wow!!! געהערט א מעשה פון אן עידזשענט...

ער איז ארויפגעגאנגן צו אן אלמנה ווי ער האט דעליווערט א דעד בענעפיט, זאגט זי אים אז די פאלעסי האבן זיי געקויפט אפאר יאר צוריק ווען דער עידזשענט איז אריין אין ביזנעס, איר מאן האט אים געוואלט העלפן, א נייע עידזשענט דעמאלטס אריין אין ביזנעס...

זי זאגט אז זיי האבן כסדר געפלאנט צו קענסלן די פאלעסי... למעשה האבן זיי עס נישט געקענסלט... אריינגייענדיג אין שפיטאל, דער מאן האט געפיהלט אז ער קומט מעגליך נישט אהיים האטער געזאגט פאר זיין ווייב "געדענק, כאב נאך יענע פאלעסי"... דער אינגערמאן האט עס ליידער נישט איבערגעלעבט... אבער קיין קרן יתומים דארף מען נישט...

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 12:01 pm
דורך ספרים שטוב
וויכטיג מאכער האט געשריבן:Wow!!! געהערט א מעשה פון אן עידזשענט...

WOW!!!

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 12:59 pm
דורך שרייב
מיין לייף אינשארענס עידזשענט הרב יצחק לעבעוויטש איז נפטר געווארן . ל"ע
וויל איך וויסען צו איך דארף מיך ארויף שרייבן אויף א פרישער עידזשענט'ס נאמען
אין אויב יא צו ער פארדינט עפעס דערפון

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 1:00 pm
דורך וויכטיג מאכער
געווענליך נעמט א צווייטע עידזשענט עס איבער, אבער נישט אייביג...

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: זונטאג אפריל 19, 2020 1:30 pm
דורך מנשהזילבער
וויכטיג מאכער האט געשריבן:געווענליך נעמט א צווייטע עידזשענט עס איבער, אבער נישט אייביג...

קוק אין אישי

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:21 pm
דורך maybeeynot
אימעל פון ערבים

During this difficult time, Areivim is responding to the
needs of our members who lost loved ones to COVID-19. Due to the high volume of losses, we have convened with our rabbinical and governing board, as per Areivim’ s Terms & Conditions.
The Terms and Conditions (#5) state: “In the event of (G-d forbid) a large number of deaths among members (as a result of a war, an earthquake, etc.) Areivim USA reserves the right to consult with its Rabbinical Board on proper procedures.”
The Rabbinical board has determined that as of now, all eligible families will receive the complete benefit as outlined in the program terms. We will provide further details in the near future.
We pray for the end to this pandemic, and that all of our members and the entire Klal Yisroel be blessed with salvation and good health.

Areivim USA
Thank you & Tizku L'Mitzvos
For any questions or for further assistance feel free to contact us at:
1-877-827-3484 / 1-866-727-3484 / 718-977-5079
By email [email protected] or by replying to this email.

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 4:43 pm
דורך נישטאמת
ספרים שטוב האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:Wow!!! געהערט א מעשה פון אן עידזשענט...

ער איז ארויפגעגאנגן צו אן אלמנה ווי ער האט דעליווערט א דעד בענעפיט, זאגט זי אים אז די פאלעסי האבן זיי געקויפט אפאר יאר צוריק ווען דער עידזשענט איז אריין אין ביזנעס, איר מאן האט אים געוואלט העלפן, א נייע עידזשענט דעמאלטס אריין אין ביזנעס...

זי זאגט אז זיי האבן כסדר געפלאנט צו קענסלן די פאלעסי... למעשה האבן זיי עס נישט געקענסלט... אריינגייענדיג אין שפיטאל, דער מאן האט געפיהלט אז ער קומט מעגליך נישט אהיים האטער געזאגט פאר זיין ווייב "געדענק, כאב נאך יענע פאלעסי"... דער אינגערמאן האט עס ליידער נישט איבערגעלעבט... אבער קיין קרן יתומים דארף מען נישט...

WOW!!!

צו א גוטע מעשה צוזיין אמת...

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: מאנטאג אפריל 27, 2020 6:50 pm
דורך פאפיגיי
נישטאמת האט געשריבן:
ספרים שטוב האט געשריבן:
וויכטיג מאכער האט געשריבן:Wow!!! געהערט א מעשה פון אן עידזשענט...

ער איז ארויפגעגאנגן צו אן אלמנה ווי ער האט דעליווערט א דעד בענעפיט, זאגט זי אים אז די פאלעסי האבן זיי געקויפט אפאר יאר צוריק ווען דער עידזשענט איז אריין אין ביזנעס, איר מאן האט אים געוואלט העלפן, א נייע עידזשענט דעמאלטס אריין אין ביזנעס...

זי זאגט אז זיי האבן כסדר געפלאנט צו קענסלן די פאלעסי... למעשה האבן זיי עס נישט געקענסלט... אריינגייענדיג אין שפיטאל, דער מאן האט געפיהלט אז ער קומט מעגליך נישט אהיים האטער געזאגט פאר זיין ווייב "געדענק, כאב נאך יענע פאלעסי"... דער אינגערמאן האט עס ליידער נישט איבערגעלעבט... אבער קיין קרן יתומים דארף מען נישט...

WOW!!!

צו א גוטע מעשה צוזיין אמת...

ס'איז מעשים בכל יום (אז מ'קויפט א פאליסי נאר צו שטיצען איינעם, ווען באמת האלט מען בכלל נישט דערביי), סאו וואס איז צו גוט, אז יענער איז ליידער אוועק פון די וועלט?

Re: לייף אינשורענס פאליסיס ווערען באצאלט אין ליכט פון קאראנא?

געשריבן: דינסטאג אפריל 28, 2020 2:44 am
דורך וויכטיג מאכער
קודם כל די מעשה האט מיר דער עידזשענט דערציילט...

שנית, כאב היינט דערציילט די מעשה פאר איינעם, רופט זיך אן איינער וואס האט געהערט ווי איך דערצייל עס, אז זיין טאטע איז אוועק אפאר יאר צוריק, און איינע פון די פאלעסיס וואס זיין טאטע האט געהאט איז געווען א טוירם וואס זיין טאטע האט געקויפט צו שטיצן א נייע עידזשענט...