חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
טייערע חברים; לאמיר זיך העלפן איינער דעם אנדערן...
כידוע אז ׳צרת רבים חצי נחמה׳, אשע״כ וואלט געווען כדאי אז די טייערע חברים זאלן איבערגעבן וויאזוי איר זענט פערזענליך עפעקטעד פונעם עפידעמיע און סיי וועלכן הינזיכט...
העליך דא פראבירן צו שטעלן אביסל פראגן צו גרינגער מאכן דיין שרייבן:
1) האסטו אדער דיינע ׳נאנטע׳ (געהאט) דעם וויירוס? אויב יא דערצייל איבער די סימפטעמ׳ס, שוועריקייטן, רפואות וכו׳
2) ביסטו עפעקטעד פונעם מצב פינאנציעל? קום אריין מיט דעטאלן וויפיהל ס׳שייך
3) וואס איז דיין מוט (מאד/גיסטע) די טעג אדאנק דעם מצב? (דערשראקן, פאר דיר/פאר אנדערע, פארזיכערט, דעפרעסט, פארזיכטיג, פארלוירן וכו׳)
4) האסטו עפעס א העכערע אפטייטש אדער געפיל וואס די שפירסט בנוגע דעם וויירוס? (פ״וו ס׳איז געקומען, וואס פאסירט מיט די וועלט איצטער, וכו׳)
5) וואס איז דיין צוגאנג/געפיל איבער דעם מנין/מקוה מצב?

- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
1) נאך פאר די וויירוס איז דא אנגעקומען האב איך זיך שוין גענומען אנצופאקן מיט ווייטעמינען סאו ווען כ'האב עס באקומען (פאריגע אנפאנג וואך) איז עס געווען זייער שוואך ב"ה (ויעזר ה' אויף ווייטער).
2) פאריגע וואך און דעי וואך בין איך נישט אריין אין די ארבעט און כ'האף אז אויף נאך פסח וועט מען נישט הייסן פארשפארן דעי ארבעט וואס איך טוה. ס'איז א היבשע פארלוסט איבערהויפט בעפאר פסח אבער פון די אנדערע זייט בינעך זיך מחזק אז היי יאר ספענדט מען נישט פאר קליידער מיט אנדערע זאכן אווי די אנדערע יארן.
3) ביז דעם מאנטאג (בערך) איז מיר עס געווען זייער שווער און צומאל האב איך געפילט ווי ממש כ'בין פארקלעמט און ס'איז צרות ווי א בארג אזש די וועלט גייט איינפאלן און... ר"ל (כ'וויל אפילו נישט זיך דערמאנען וויזוי מיין שבת האט אויסגעקוקט מיט קוים עפעס ןואס כ'האב געקענט אריינשטופן אין מיין מויל צו עסן...) און "איך" ברויך מחזק זיין די גאנצע שטוב... רבוש"ע. אבער ב"ה די לעצטע פאר טעג האט מיר דער אייבישטער אריינגעבלאזן א שטארקן גייסט (לכאורה קומט דאס פון דעי אלע הייסע תפילות די לעצטע פאר וואכן) און יעצט בינעך שוין צוריק צו די כוחות ב"ה (ויעזר ה' אויף ווייטער).
4)... אז יעדער איינער זאל אריינטראכטן ביי זיך וואס ער ברויך מתקן זיין און דאס טון.
5) מ'זאל פאלגן די חברה הצלה און די גאווערמענט (ס'איז מיר אויסגעקומען צו רעדן צו א ערליכער יוד דעי וואך זאגט ער מיר אז מ'ברויך פאלגן וואס די שטאט הייסט און נישט זיך מחמיר זיין אדער מקיל זיין)

https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
@nmi'
דיין גוט פילן במשכ'ן קאראונע, קען זיין א דירעקטע רעזולטאט פון דיין אויפגעבויטע אימיון סיסטעם דורך די pro biotics

The Divided States Of America
- גרויסער חכם
- שר חמישים
- תגובות: 93
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
- לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
מיין נאנטע קרוב האט עס געהאט. עס איז א לאנג פארצויגענע פיבער (איבער א וואך) מיט פארלירן דעם חוש הריח. אבער ב"ה האלט שוין דערנאך.
לעצט פארראכטן דורך גרויסער חכם אום מיטוואך אפריל 01, 2020 12:41 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 267
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 02, 2019 11:27 pm
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
איך האב עס געהאט.
פינף טעג הויך פיבער מיט אנגעלייגטע chest און נאך די פיבער האט אנגעהאלטן א שטארקע העדעיק פאר נאך א וואך.
כ'בין נישט געוווען אזוי אנגעצויגן, ווייל איך האב עס געהאט נאך איידער די שווערע בשורות האבן אנגעהויבן פליסן ליידער

- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5474
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
גרויסער חכם האט געשריבן:מיין נאנטע קרוב האט עס געהאט. עס איז א לאנג פארצויגענע פיבער (איבער א וואך) מיט פארלירן דעם חוש השמיעה. אבער ב"ה האלט שוין דערנאך.
די ערשטע מאל איך הער פון פארלירן די שמיעה. איך האב שוין געהערט פון טעם אין ריח
- גרויסער חכם
- שר חמישים
- תגובות: 93
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
- לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
maybeeynot האט געשריבן:גרויסער חכם האט געשריבן:מיין נאנטע קרוב האט עס געהאט. עס איז א לאנג פארצויגענע פיבער (איבער א וואך) מיט פארלירן דעם חוש השמיעה. אבער ב"ה האלט שוין דערנאך.
די ערשטע מאל איך הער פון פארלירן די שמיעה. איך האב שוין געהערט פון טעם אין ריח
געמאכט א טעות. געמיינט צו זאגן שמעק.
שוין פארראכטן.
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
יישר כח פאר די געוואלדיגע בייפאל! דא האסטו מיינע ענטפערס:
Graphic24 האט געשריבן:1) האסטו אדער דיינע ׳נאנטע׳ (געהאט) דעם וויירוס? אויב יא דערצייל איבער די סימפטעמ׳ס, שוועריקייטן, רפואות וכו׳
מיין זיידע איז ליידער אויף א רעספערעיטאר און ברויך רחמי שמים. מיין טאטע און שווער זענען ביידע געווען 2 וואכן איינגעשלאסן אין שטוב מיט שווערע סימפטאמען, מיין טאטע האט געטעסט פאזעטיוו, מיין שווער האט קיינמאל גענומען דעם טעסט. עטליכע פון מיינע קינדער האבן געהאט סימפטאמען, איינער האט געהאט הויך היץ און געבראכן גאר אסאך, א צווייטער האט פארלוירן דעם שמעק און דאס שוין צוריקבאקומען, א דריטע האט געהאט פיבער, און א פערטער האט געהאט פיבער מיט שלשול. אויך מיין ב"ב און איך האבן געהאט א לייכטע פיבער אויף א קורצע וויילע, כ'האף צו האבן אפגעקומען מיט דעם.
2) ביסטו עפעקטעד פונעם מצב פינאנציעל? קום אריין מיט דעטאלן וויפיהל ס׳שייך
מיר פירן געווענליך אן מיט א חול המועד פראיעקט, וואס איז היי יאר אפגערופן געווארן. מ'רעדט פון א שיינע אפותיקי, השי"ת וועט דאס שיקן אויף אנדערע אופנים, אדער האלט ער אז איך ברויך דאס נישט יעצט.
מיין טעגליכע ארבעט איז אויך אפעקטירט, ווייל איך האב נישט געהעריג דעם קאפ אויפ'ן פלאץ. כ'בין נישט גענצליך פטור פונעם בזעת אפיך, ווייל איך האב נאך אלץ געוויסע ארבעט וואס 'מוזן' געטוהן ווערן, אפגעזען פונעם מצב, און ב"ה מען טוהט וויפיל מען קען.
3) וואס איז דיין מוט (מאד/גיסטע) די טעג אדאנק דעם מצב? (דערשראקן, פאר דיר/פאר אנדערע, פארזיכערט, דעפרעסט, פארזיכטיג, פארלוירן וכו׳)
יעדן טאג כאפט מיר אן מערערע מאל אזא אנגסט, און איך גיס מיר אויס דאס הארץ פאר'ן רבש"ע אויף אידיש "טאטע אין הימל העלף אלע אידישע קינדער די בכל אתר ואתר, שיק רפואות און ישועות פאר אלע חולי ישראל, ובפרט פאר וכו' וכו'". בעיקר באפאלט מיר דער אנגסט ווען איך עפן מיר אויף די אויגעלעך אינדערפרי און איך אריענטיר זיך אז יא, עס איז א ווירקליכקייט, די קינדער זענען אינדערהיים, נישט דא קיין מקוה/שוהל/חדר, בלויז שמועות מבהילות רח"ל. איך קוק אן מיינע קליינע שעפעלעך און איך וויין אז זיי ווייסן גארנישט וואס דא גייט פאר אויף דער וועלט. הלואי וואלט איך אויך נישט געוואוסט.
4) האסטו עפעס א העכערע אפטייטש אדער געפיל וואס די שפירסט בנוגע דעם וויירוס? (פ״וו ס׳איז געקומען, וואס פאסירט מיט די וועלט איצטער, וכו׳)
עס איז קלאר א בירור, האפנטליך די לעצטע. כ'שפיר אז די ערלים וואס שטארבן אין געוויסע מדינות זענען מסתמא די רעשטלעך עמלקים וואס דארפן אויסגעראטן ווערן (עס איז דאך א פלא ווי דאס מערסטע ליידן מדינות אדום, ספרד, פרס, די וואס האבן אונז דאס מערסטע גע'רודפ'ט). און די היימישע וואס פאלן נעבעך, האט זיכער א קלארע און פונקטליכע חשבון, ואין אתנו יודע עד מה.
5) וואס איז דיין צוגאנג/געפיל איבער דעם מנין/מקוה מצב?
עס באדערט מיך געפערליך אז מען דארף גיין אין טוש און דאווענען אין שטוב, אבער איך פארשטיי זייער גוט די רבנים און עסקנים, און איך האב שוועריגקייטן צו פארשטיין דעם צד שכנגד (הגם, ווי שוין געשריבן אין מיין "אני מאשים" אשכול, איך קען מיך אויך אריבערכאפן צו מיין נאנטע שוהל פאר א מנחה-מעריב אדער א ראש חודש'דיגע שחרית). מען פרובירט צו מאכן דאס מערסטע וואס מען קען פון דעם מצב, מען דאווענט מיט א קביעות'דיגע זייגער, מען לערנט די שיעורים קבועים בבוקר ובערב, און מען האפט צום אויבערשטן אז די שווערע צייטן זאלן זיך ווי שנעלער ענדיגן, און אנקומען זאלן די פרייליכע טעג פון ביאת המשיח.
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
יש בו האט געשריבן:@nmi'
דיין גוט פילן במשכ'ן קאראונע, קען זיין א דירעקטע רעזולטאט פון דיין אויפגעבויטע אימיון סיסטעם דורך די pro biotics
נעוואדע. כ'האב אויך געטראכט דערפון. אשרי חלקיך.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- lebediger berel
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5249
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
again sorry my regular computer is broken so no yidddish now
i think dr. landas interview with drezner is a master pieces with alot of chizuk together with important information and instructions

אז מ'לעבט דערלעבט מען
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
געריבן די מרור. און...
געוואויר געווארן אז מ'וויינט דערפון אפי' אויב דער חוש הריח איז אויסגעלאשן!!
אלעמאל געמיינט אז מ'וויינט נאר נאכן אריינשמעקן דעם ציפעניש און ביטערניש זייער שטארק.

- פרישע קוגל
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3014
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 13, 2020 1:14 pm
- לאקאציע: און עוד מלבדו - דענווער קאלאראדא
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
מיין שוויגער איז מורא'דיג באגלייבט אין ווייטעמינ'ס אין מ'האלט דארט אינאיין שטאפן דערפון.
איך האב געלאכט דערפון ביז יעצט ווען איך כאפ מיך אז קיינער פון יענע הויז האט נאכנישט געהאט קארנע סיי די אדאלט'ס אין סיי די קינדער (און אלע עדזשעס)
איך האב געלאכט דערפון ביז יעצט ווען איך כאפ מיך אז קיינער פון יענע הויז האט נאכנישט געהאט קארנע סיי די אדאלט'ס אין סיי די קינדער (און אלע עדזשעס)
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 490
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 30, 2019 3:02 pm
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
חוח בין השושנים האט געשריבן:געריבן די מרור. און...
געוואויר געווארן אז מ'וויינט דערפון אפי' אויב דער חוש הריח איז אויסגעלאשן!!
אלעמאל געמיינט אז מ'וויינט נאר נאכן אריינשמעקן דעם ציפעניש און ביטערניש זייער שטארק.
היי יאר האבעך נישט געריבן די מרור אליין... אבער בשעת׳ן עסן די מרור האבן מיין טרערן זיך נישט געגאסן אזוי ווי מיינע ארומיגע (און מיך אליין יעדע יאר) קוקט אויס די חוש הריח האט עפעס א קאנעקשאן מיט די טרערן...!
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4136
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Re: חברים מספרים: קאראנא עקספיריענסן...
יקר מציאות האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:געריבן די מרור. און...
געוואויר געווארן אז מ'וויינט דערפון אפי' אויב דער חוש הריח איז אויסגעלאשן!!
אלעמאל געמיינט אז מ'וויינט נאר נאכן אריינשמעקן דעם ציפעניש און ביטערניש זייער שטארק.
היי יאר האבעך נישט געריבן די מרור אליין... אבער בשעת׳ן עסן די מרור האבן מיין טרערן זיך נישט געגאסן אזוי ווי מיינע ארומיגע (און מיך אליין יעדע יאר) קוקט אויס די חוש הריח האט עפעס א קאנעקשאן מיט די טרערן...!
מעשה לסתור!
כדי מיישב צו זיין די סתירה מוז מען זאגן אז איך בין מער אונגערישער ווי דו... כ'בין עפעס א שום בעל בכי...