קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 02, 2020 8:12 pm

פתחיה האט געשריבן:מיין קינדער דאקטער האט געזאגט מיין בני בית היינט אז ער האט היינט געהאט א קאוויד פאזעטיוו דא אין וויליאמסבורג און צופרי און בית המדרש זאגט מיר א איד אז ער ווייסט פון צוויי פרישע פעלער. איך זאג נישט גארנישט אבער אסאך מיטל יעריגע און עלטערע וואס האבן זיך איזאלירט האבן נישט קיין אנטי באדיס.

WOW NOT GOOD NEWS
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:02 pm

Goodmorning האט געשריבן:
פתחיה האט געשריבן:מיין קינדער דאקטער האט געזאגט מיין בני בית היינט אז ער האט היינט געהאט א קאוויד פאזעטיוו דא אין וויליאמסבורג און צופרי און בית המדרש זאגט מיר א איד אז ער ווייסט פון צוויי פרישע פעלער. איך זאג נישט גארנישט אבער אסאך מיטל יעריגע און עלטערע וואס האבן זיך איזאלירט האבן נישט קיין אנטי באדיס.

WOW NOT GOOD NEWS

איז דאס קראנט? אויב יא דארף מען יא טון עפעס פעולות זיך צו היטן
שויתי ה' לנגדי תמיד

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:10 pm

אין קראון הייטס איז דא איינער וואס האט געהאט קראנא אין אנהויב פון די קריזיס , און דערנאך אנטי באדיס
און היינט פילט ער די סימטומס און געטעסט און ער האט ווידער קראנא
https://anash.org/coronavirus-update-35 ... ight-mode/

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:13 pm

zugurnish האט געשריבן:אין קראון הייטס איז דא איינער וואס האט געהאט קראנא אין אנהויב פון די קריזיס , און דערנאך אנטי באדיס
און היינט פילט ער די סימטומס און געטעסט און ער האט ווידער קראנא
https://anash.org/coronavirus-update-35 ... ight-mode/

דאס איז טאקע באזארגענד. איך בין נייגעריג אויב די אנטיבאדיס איז געווען געטעסט ביי א רעלייעבל טעסט?

פירט מען טאקע אויס אין קראו הייטס אלע אנווייזונגען וואס מען שרייבט דא? זייער קלוג אויב יא
שויתי ה' לנגדי תמיד

zugurnish
שר האלף
תגובות: 1339
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך zugurnish » דאנארשטאג יולי 02, 2020 11:16 pm

עס איז זייער שווער האלטן מענטשען פון אנדערע שטעט זאלן ניט קומען, עז איז דא שמחות און כדומה.
אבער בכלל דאכט זאך אז בכללות היט מען (איך וואוין ניט דארטן ווייס איך ניט גענוי)

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך יש ברירה » פרייטאג יולי 03, 2020 11:30 am

נעכטן

טעסטס: 66,392
פאזיטיוו: 918
די פאזיטיווע ראטע קריכט עטוואס ארויף אין די לעצטע עטליכע טעג, און שטייט יעצט ביי 1.38%

האספיטאלאזאציעס: 857
טויטפאלן: 9

פתחיה
שר חמישים
תגובות: 64
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 13, 2019 9:16 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פתחיה » פרייטאג יולי 03, 2020 12:07 pm

יש ברירה האט געשריבן:נעכטן

טעסטס: 66,392
פאזיטיוו: 918
די פאזיטיווע ראטע קריכט עטוואס ארויף אין די לעצטע עטליכע טעג, און שטייט יעצט ביי 1.38%

האספיטאלאזאציעס: 857
טויטפאלן: 9

יאפ דער ריכטונג גייט נישט אזוי גוט. פונקט געזאגט מיין זוהן אז ח"ו קומט נאך א פארשליסונג האט שוין דער עולם דעם סיסטעם מען גייט צוריק צו די זעלבע זיץ פלעצער אין די גאסן אן קיין גרויסע פלאנירונגען פארלאנגט. די פסח צייט גבאים און חזנים וועלן צוריקנעמען די לייצעס אין האנט שוין מיט עקספיריענס. סליחות אין גאס פילט צו זיין אין פלאץ, יום הקדוש אין א ווארמער וועטער נישט ממש.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פרוביר אויך » פרייטאג יולי 03, 2020 1:40 pm

פתחיה האט געשריבן:

כ'ציטער אויב קומט נאך א פארשליסונג,
גייט גיין ערנסטע פעטש צווישען עולם,
יעדער גייט האבען 3 מיינונגען, יא פארשפארען נישט פארשפארען,
ה"י
אז יענער קען קענסטו אויך

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך אחד הרבנים » פרייטאג יולי 03, 2020 1:55 pm

א רייע גרויסע וואטשדאג גרופעס אין ניו יארק לייגן דרוק אויף געזעצגעבער אוועקצונעמען פון קואמא זיין ספעציעלע מאכט : די וואטשדאג גרופעס האבן אפגעשיקט א געמיינזאמע בריוו צו גאווערנער קואמא און צו געזעצגעבער, אין וואס זיי שרייבן אז עס איז געקומען די צייט איינצושטעלן באגרענעצונגן אויף די אמערדזשענסי מאכט וואס דער גאווערנער האט באקומען וויבאלד מען געפונט זיך שוין אויף די אנדערע זייט פון די וויירוס. :
https://www.yiddish24.com/news/57/21665

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » זונטאג יולי 05, 2020 2:56 am

פתחיה האט געשריבן:
יש ברירה האט געשריבן:נעכטן

טעסטס: 66,392
פאזיטיוו: 918
די פאזיטיווע ראטע קריכט עטוואס ארויף אין די לעצטע עטליכע טעג, און שטייט יעצט ביי 1.38%

האספיטאלאזאציעס: 857
טויטפאלן: 9

יאפ דער ריכטונג גייט נישט אזוי גוט. פונקט געזאגט מיין זוהן אז ח"ו קומט נאך א פארשליסונג האט שוין דער עולם דעם סיסטעם מען גייט צוריק צו די זעלבע זיץ פלעצער אין די גאסן אן קיין גרויסע פלאנירונגען פארלאנגט. די פסח צייט גבאים און חזנים וועלן צוריקנעמען די לייצעס אין האנט שוין מיט עקספיריענס. סליחות אין גאס פילט צו זיין אין פלאץ, יום הקדוש אין א ווארמער וועטער נישט ממש.

איך גלייב נישט אז אונזער עולם וועט מען קענען צוריק איינשפארן, קוק זיך ארום קיינער וויל נישט הערן פון די מינדעסטע באגרעניצונגען יעצט צו אפהיטן פון נייע פארשפרייטונגען.
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג יולי 05, 2020 9:57 am

נעכטן

טעסטס: 63,415
פאזיטיוו: 533
ראטע: 0.84%
אסאך בעסער...

האספיטאלאזאציעס: 832
טויטפאלן: 8

אוועטאר
moishy56
שר שמונת אלפים
תגובות: 8727
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך moishy56 » זונטאג יולי 05, 2020 10:02 am

פתחיה האט געשריבן:מיין קינדער דאקטער האט געזאגט מיין בני בית היינט אז ער האט היינט געהאט א קאוויד פאזעטיוו דא אין וויליאמסבורג און צופרי אין בית המדרש זאגט מיר א איד אז ער ווייסט פון צוויי פרישע פעלער.

איך זאג נישט גארנישט אבער אסאך מיטל יעריגע און עלטערע וואס האבן זיך איזאלירט האבן נישט קיין אנטי באדיס.

די קאראנע איז זיכער נאך דא,
אבער בכלל נישט ווי אמאל.

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1293
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך טעם וריח » זונטאג יולי 05, 2020 1:37 pm

כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

חיים ברוך
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 02, 2020 3:15 am

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך חיים ברוך » מאנטאג יולי 06, 2020 3:30 am

טעם וריח האט געשריבן:כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

יא, די מהלך איז אז מען נעמט דעים פליגער פין פלארידע קיין פענסעלוועניע אין פין דארט כאפט מען א קאר קיין נאוי יארק

אחד הרבנים
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2019 10:34 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך אחד הרבנים » מאנטאג יולי 06, 2020 10:47 am

נ.י.ס. גייט היינט אריין אין פאזע 3 פון עפענען. אויסער דעם אז דער מקוה יוד מעג יעצט שערן ביז 50% פון די קעפ וואס ער פלעגט שערן פאר קאראנא, ווייס איך נישט וואס די דריטע פאזע מאכט אויס פאר אונז.
זעהט אויס אז עסקנים האבן ערלעדיגט אז ס׳זאל נאך זיין אפאר טאג פאר די דריי וואכן הייבן זיך אן....

אזוי אויך די טויזענטער ניו יארקער גוים וואס דרייען זיך שוין ארום ווי נזירים מיט לאנגע האר פון די לעצטע פיר חדשים -אריינגערעכנט דער גאווערנער און מעיאר- גייען זיך שוין יעצט קענען שערען...

גראמער
שר חמש מאות
תגובות: 605
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך גראמער » מאנטאג יולי 06, 2020 10:51 am

חיים ברוך האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

יא, די מהלך איז אז מען נעמט דעים פליגער פין פלארידע קיין פענסעלוועניע אין פין דארט כאפט מען א קאר קיין נאוי יארק

און מען שטייט ווייט פון מענטשן וואס האבן געזונטהייט קאמפליקאציעס.

אוועטאר
יש ברירה
שר תשעת אלפים
תגובות: 9338
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך יש ברירה » מאנטאג יולי 06, 2020 11:42 am

נעכטן

טעסטס: 54,328
פאזיטיוו: 518
ראטע: 0.95%

האספיטאלאזאציעס: 817
טויטפאלן: 9
צוגעלייגטע
EcQGLNxX0AAerA2.jpeg
EcQGLNxX0AAerA2.jpeg (181.88 KiB) געזעהן 709 מאל

אמאל געווען
שר חמישים
תגובות: 55
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 11, 2019 2:47 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך אמאל געווען » מאנטאג יולי 06, 2020 12:58 pm

https://www.yiddish24.com/news/57/21796
נישא דא ווער זאל לאכען! קאמא האט אויסגעפארשט. דערמאנט מיך פון קאמי א ביסעל...
צוגעלייגטע
Capture.JPG
Capture.JPG (39.63 KiB) געזעהן 581 מאל

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 06, 2020 1:01 pm

טעם וריח האט געשריבן:כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

יא, האב רחמנות אויף אנדערע אידן, איך סע ווי אין קראונהייטס האט א פאמיליע וואס האט שוין געהאט מיט אנטיבאדיס געכאפט נאכאמאל
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 06, 2020 1:02 pm

גראמער האט געשריבן:
חיים ברוך האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

יא, די מהלך איז אז מען נעמט דעים פליגער פין פלארידע קיין פענסעלוועניע אין פין דארט כאפט מען א קאר קיין נאוי יארק

און מען שטייט ווייט פון מענטשן וואס האבן געזונטהייט קאמפליקאציעס.

און וויאזוי גייט ער וויסן? די מענטשן האבן עפעס א לעיבל אויף זייער שטערן?
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יולי 06, 2020 1:02 pm

Goodmorning האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

יא, האב רחמנות אויף אנדערע אידן, איך סע ווי אין קראונהייטס האט א פאמיליע וואס האט שוין געהאט מיט אנטיבאדיס געכאפט נאכאמאל

דו זעסט, אדער דו האסט געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון איינעם וואס האט געהערט...?
ליידיג. פארשלאגן זענען וועלקאם.

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 06, 2020 1:03 pm

Goodmorning האט געשריבן:
zugurnish האט געשריבן:אין קראון הייטס איז דא איינער וואס האט געהאט קראנא אין אנהויב פון די קריזיס , און דערנאך אנטי באדיס
און היינט פילט ער די סימטומס און געטעסט און ער האט ווידער קראנא
https://anash.org/coronavirus-update-35 ... ight-mode/

דאס איז טאקע באזארגענד. איך בין נייגעריג אויב די אנטיבאדיס איז געווען געטעסט ביי א רעלייעבל טעסט?

פירט מען טאקע אויס אין קראו הייטס אלע אנווייזונגען וואס מען שרייבט דא? זייער קלוג אויב יא
שויתי ה' לנגדי תמיד

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג יולי 06, 2020 1:04 pm

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
Goodmorning האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:כפלאן מיך אריבערצוכאפן (פון NY) קיין פלארידא באזוכן איינעם. ווען כקום צירוק מוז איך מיך קוואנטירן?

יא, האב רחמנות אויף אנדערע אידן, איך סע ווי אין קראונהייטס האט א פאמיליע וואס האט שוין געהאט מיט אנטיבאדיס געכאפט נאכאמאל

דו זעסט, אדער דו האסט געהערט פון איינעם וואס האט געהערט פון איינעם וואס האט געהערט...?

איך האף אויך עס איז נישט קראנט, אבער אלס א נייע וויירוס איז נישטא א וועג צו וויסן ווילאנג אימיוניטי האלט אן
שויתי ה' לנגדי תמיד

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר חמשת אלפים
תגובות: 5002
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג יולי 06, 2020 1:09 pm

אלס א נייע וויירוס ווייסט מען אויך נישט וועלכע באווארענונגס מיטלען העלפן טאקע, און מיט דיין זארג וועסטו נישט צופיל אויפטון...

און איך פארשטיי נישט די תאוה פון זיך צוכאפן צו יעדע באזארגנדע נייעס ווי צו א געבראטנס.
ליידיג. פארשלאגן זענען וועלקאם.

אוועטאר
פרוביר אויך
שר האלף
תגובות: 1498
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 11:02 pm

Re: קאראנאוויירוס נייעס און אפדעיטס פון NJ - NY און די אומגעגנט.

תגובהדורך פרוביר אויך » מאנטאג יולי 06, 2020 1:41 pm

@Goodmorning און פרישע באריכטען האבאן פארשער אנטדעקט אז די וויירוס פארשפרייט זיך אין די ליפט
עני איידיע אדער עדווייס וואס מען קען טהון?
אפשר אויפהערען אטעמען ביז די וואקסין איז גרייט?
אז יענער קען קענסטו אויך

צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: בועז, מענטשאלע און 15 געסט