שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך איינס » דינסטאג מארטש 24, 2020 8:41 am

אזוי יעצט אינעם מצב שווימט מיר ארויף דעם מאמר חז״ל אי אפשי בשמושך, די געפיל פון אפשפארן די בתי כנסיות ובתי מדרשות איז אז דער אויבערשטער זאגט: איך דארף נישט דיין דאווענען איך דארף נישט דיין לערנען, גיי דיר אהייים!

ס׳איז מיר נאך מער געקומען אויפן געדאנק די צופרי וואס איך קוק ארויס פון פענסטער און איך זעה ס׳לייגט זיך א שניי, און ס׳האט מיר געגעבן די געפיל ווי נאך א מעסעדזש קומט פון אויבן אויך פאר דו וואס האבן יא געדאוונט מיט מנין בחורים ובסדקים, קומט נאך א שניי צו זאגן מוחל טובות בלייבט מיר אלע אינדערהיים!

שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

אבער פארוואס? האב איך נישט גוט געדאווונט נעכטן? איז נישט רצוי לפניך מיין לערנען יעדן טאג?

דארף מען נאר גוט אפלערנען די גמרא משלו משל למה הדבר דומה לעבד שבא למזוג כוס לרבו ושפך לו קיתון על פניו. איבעיא להו מי שפך למי ת"ש דתניא שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך.

ערשטנס דארף מען פארשטיין וואס איז די שאלה מי שפך למי?
איז דען דא א וועג צו פארשטיין אז דער עבד איז דער וואס גיסט אויס דעם קיתון לפני רבו? ווי אזוי נמשל׳ט זיך דאס אויס מיטן רעגן וואס קומט אריין אין סוכה?
נאך דארף מען פארשטיין אז די משל איז אז דער עבד ברענגט א כוס און דער רב גיסט איהם אן מיט א קיתון, הייסט דאס ער האט שוין געהאט דארט וואסער איז פארוואס ברענגט איהם דער עבד א כוס של מים?

נאר די משל איז טאקע אז דער אדון זיצט אויפן בענקל ארום גענומען מכל טוב וטב ער דארף נישט די כוס פונעם עבד צו טרינקען, ער האט דארט א גאנצן קיתון, דאך וויל ער דער עבד זאל איהם דינען געטריי, און טאקע יעדן טאג ברענגט איהם דער עבד א בעכער, אין שניי רעגן היצן און קעלט אלטס שטעלט ער זיך אוועק אויף זיין אמט און טוט זיין ארבעט בנאמנות.

איין טאג שפך לו קיתון על פניו, ער נעמט א גאנצן שיסל און באגיסט איהם פון קאפ ביז פיס.

יעצט פרעגט זיך א שאלה: מי שפך למי?
אויב די כונה איז אז דער אדון באגיסט איהם ווייל דער עבד האט עפעס נישט ריכטיג געטון, אויב אזוי ביים נמשל דארף דאס צו מיינען אז דער באשעפער נעמט אלע מצוות וואס אונז האבן שוין געטון און ווארפט איהם צוריק. אבער לא בן אדם הוא אז ער בארעגט זיך און נעמט כל טובו למשדי אחיזרא, אין הקב״ה מקפח שכר כל בריה און די גוטס וואס אונז האבן געטוהן ווערט נישט צוריק געווארפן.
בלייבט נאר איבער צו זאגן אז דער עבד דינט נישט געטריי דעם רב און דער עבד בארעגט זיך איין טאג און באגיסט איהם מיט וואסער, און די נמשל איז אז וויבאלד ער טוט נישט ריכטיג מצות סוכה איז ער דומה לעבד וואס ברענגט א כוס לרבו און נישט נאר ער לייגט דאס נישט אראפ אויפן טיש לפניו כדבעי, ער גיסט איהם נאך אן. פאר אזא איינעם זאגט מען מי ביקש מידי רמוס חצרי, גיי דיר ארויס פון דאנעט! און דערפאר קומט א רעגן צו זאגן פארן איד איך דארף נישט דיינע מצוות.

און די חילוק צווישן דעם איז פאר אונז ווי אזוי דארפן מיר קוקן אין אזא מצב, צו דארפן מיר פארשטיין אז מיר זענען אזוי געפערליך כעבד ששפך קיתון בפני רבו, אדער ניין מיר זענען נישט אזוי געפערליך אבער דאך איז עפעס נישט טויגליך אז דער רבו נעמט א גאנצן קיתון און באגיסט אונז.

אויף דעם זאגט די גמרא תא שמע, קום און הער מ׳דארף אביסל טיפער לערנען צו פארשטיין וואס דא גייט פאר!

דער עבד איז טאקע זייער געטריי ער ארבעט בנאמנות, אבער מתוך לימודו ווערט אלעס געפירט מיט א סיסטעם, ס׳איז מזוג אלעס געבעלנסט פונקטליך ווי מ׳האט איהם געלערנט. ער שטייט אויף ער האקט האלץ ער הייצט אן ער קאכט וואסער און ער פילט אן א כוס לרבו, ס׳פאלירט אביסל זיין פלאץ דא, ס׳איז מער די כוס מזוג און אלעס ארום, די עיקר אז דער רב באקומט א בעכער.
נעמט דער אדון דעם גאנצן שיסל און ער באגיסט דעם עבד, אבער נישט אז ער זאגט איהם איך דארף דיר נישט האבן דא, נאר פארקערט ער זאגט אי אפשי בשימושך איך דארף נישט דיין באדינונג, איך דארף דיר!, איך דארף נישט די בעכער וואס דו ברענגסט מיר, איך דארף אז דו זאלסט מיר דאס ברענגען.


דער בעל שם טוב הק׳ האט פארציילט איבער א דארפסט קינד וואס האט ארויס געקוקט און געווארט אויף זיין בר מצוה טאג, ער האט געווארט אויפן מינוט וווען מ׳גייט גיין אין שול ער וועט עולה זיין לתורה, צומאכן די אויגן און זאגן ברכו את ה׳ המבורך, און יעדער זאל ענטפערן: ברוך ה׳ המבורך לעולם ועד.

אבער ווען ס׳איז געקומען דעם טאג פון די בר מצוה זאגט איהם זיין טאטע: שעפעלע מיינס דא אין דארף וואוינען נאר נאך צוויי אידישע משפחות, אונז האבן נישט קיין מנין, אונז קענען נישט גיין און שול דאווענען, מ׳וועט נישט ארויס נעמען די ספר תורה, און ניין דו וועסט נישט קענען זינגען דיין ברכו את ה׳.

צובראכן און צוקאלפט שטעלט ער זיך דאווענען ביחידות, זיין הארץ ציפלט און זיין נשמה איז פארקוועטשט, ער האט דאך אזוי געוואלט זאגן דעם ברכו.
ער שטעלט זיך דאווענען אינדערהיים, ברכות הודו ברוך שאמר ביז ישתבח, יוצר און אהבה רבה, ער צוויינט זיך ביי אבינו אב הרחמן און צוכליפעט זיך ביי ושים חלקנו עמהם, איך וויל אויך דאווענען מיט מנין, און איך וויל אויך זוכה זיין צו זאגן איינמאל: ברכו את ה׳ המבורך, איינמאל זאל א מנין ענטפען אויף מיין ברכו, ברוך ה׳ המבורך.

ווען ער ענדיגט שמונה עשרה איז זיין השתוקקות שוין איבערגערינען, איז ער ארויס געלאפן אין שטאל צוזמעגענומען א מנין בהמות און מיט א געשריי אויסגעשריגן: ברכו את ה׳ המבורך!
און די גאנצע פמליה של מעלה האט געענטפערט: ברוך ה׳ המבורך לעולם ועד.


אונזער לעבן איז שוין אויסגעשטעלט די לעצטע דור צוויי, אלעס פארט מיט א סיסטעם, ס׳איז מזוג פונקטליך ווי מ׳האט אונז געלערנט, מ׳שטייט אויף צופרי און נאך טהרת המקוה און טרינקען קאווע מיט כונה, שטעלט מען זיך מיט א מנין, און אפילו דער וואס דאווענט פון אדון עולם ביז אדון עולם, מ׳לערנט מ׳דאווענט מ׳גייט אין חיידער אין ישיבה אין כולל ס׳לערנט זיך ס׳דאווענט זיך, רוב מאל מיט א אמת׳ע כונה און השתפכות הנפש און מיט א ריכטיגן לשמה.

אבער ס׳קומט אמאל א פוינט וואס דער רבו זאגט פארן עבד, דו ביזט טאקע געטריי אבער ביסט געטריי פאר דיין ארבעט, איך דארף נישט דיין ארבעט אי אפשי בשימושך, איך דארף נישט די באן וואס פארט, איך האב סאך מער הנאה פון די ברכו מיט די 10 בהמות ווען ס׳קומט פון א אייגענעם פלאץ נישט פון די סיסטעם וואס דו ביסט אויפגעוואקסן.

ער זאגט אונז גייט ענק אהיים איך דארף נישט קיין מנין איך דארף נישט קיין בנין, שפך לו קיתון על פניו, מיינע קינדער וועקטס ענק אויף איך דארף נישט די וואסער איך דארף נישט שימושך, איך דארף דיר, דיין נשמה און דיין הארץ.
גיי דיר אהיים, נישטא קיין ארבעט נישטא ווי צו גיין, נישט קיין מקוה און נישט קיין מקוה נייעס, פון בעט ארויס אזוי ווי דו זעהסט אויס מיט טלית און תפילין נאר דו מיט איהם קיינער זעהט נישט קיינער ווייסט נישט, מיט די בהמות אין שטאל זאגט זיך גאר גאר א אנדער: ברכו את ה׳ המבורך.

און אויף דעם ברכו וועט ער טאקע ענטפערן: ברוך ה׳ המבורך לעולם ועד!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פרא-חסיד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 275
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 30, 2016 12:42 am

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך פרא-חסיד » דינסטאג מארטש 24, 2020 8:46 am

זייער שיין.

אוועטאר
מיט א פרישקייט
שר חמש מאות
תגובות: 506
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 28, 2019 12:00 pm
לאקאציע: פריש'ידער

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך מיט א פרישקייט » דינסטאג מארטש 24, 2020 8:56 am

אייוועלט איז געבענטשט מיט א ברכה, די ברכה ווערט אנגערופן "איינס".
קלוגע מענטשן רעדן וועגן געדאנקען; דורכשניטליכע מענטשן רעדן וועגן געשעענישן; נארישע מענטשן רעדן וועגן מענטשן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23343
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג מארטש 24, 2020 9:04 am

ריכטיגע שטארקע ווארעמע רייד.

א דאנק אייך.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5882
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך ענדע צדיק! » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:44 am

הערליך שיינע נקודה, ייש"כ!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
טשיפקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 329
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 15, 2018 12:05 am

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך טשיפקא » דינסטאג מארטש 24, 2020 10:57 am

Wow, wow.
Very strong.
א קינד איז נישט קיין אייגנטום, עס איז אן אויפגאבע.

Get a lot of free stuff here "גענצליך בחנם"

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:23 am

חשב לעשות מצוה ולא עשאה.

יש כמה תירוצים. אבער אודאי העוסק במצוה שפטור מן המצוה, איז נישט בגדר אי אפשי, א חולה וואס עסט יו"כ איז נישט בגדר אי אפשי, נישט ווי מצטער וואס איז פטור מן הסוכה און נישט ווי די משל פון רש"י און יומא.

אייער פשט איז הערליך אבער לענ"ד הקלושה איז די יסוד נישט ריכטיג בדרך כלל, נאר און א עקסרעמער פאל, וואס סאיז מלומדה אינגאנצען.

שולחן ערוך איז א סעט אף רולס, מזוג, און דאס איז רצון ה', טו וואס איך הייס ווייל אזוי האב איך געהייסען פינקטליכע אינסטראקשענס.

נאר ביי אונזער פאל איז מען ווייטער מקיים דעם שו"ע בחיוב ולא באופן של פטור.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
איינס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4384
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך איינס » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:25 am

הרבטייטעלבוים האט געשריבן:חשב לעשות מצוה ולא עשאה.

יש כמה תירוצים. אבער אודאי העוסק במצוה שפטור מן המצוה, איז נישט בגדר אי אפשי, א חולה וואס עסט יו"כ איז נישט בגדר אי אפשי, נישט ווי מצטער וואס איז פטור מן הסוכה און נישט ווי די משל פון רש"י און יומא.

אייער פשט איז הערליך אבער לענ"ד הקלושה איז די יסוד נישט ריכטיג בדרך כלל, נאר און א עקסרעמער פאל, וואס סאיז מלומדה אינגאנצען.

שולחן ערוך איז א סעט אף רולס, מזוג, און דאס איז רצון ה', טו וואס איך הייס ווייל אזוי האב איך געהייסען פינקטליכע אינסטראקשענס.

נאר ביי אונזער פאל איז מען ווייטער מקיים דעם שו"ע בחיוב ולא באופן של פטור.

ווען משרייבט א געדאנק איז מער די נקודה וואס קומט ארויס מער באופן דרוש ורמז ווי פשט
און ידוע די מעשה פון ולא נחם אלקים דרך ארץ
אויף דעם וואס רש״י ברענגט ולא נחם אלוקים דרך ארץ הארץ, אז ס׳טומט דאך נישט אין פסוק מיט ארץ פלישתים
נאר דאס איז נישט די פשט ס׳איז א דרש ורמז און סמוז נישט שטומען אין די גאנצע פסוק, ס׳איז די געדאנק וואס קומט ארויס
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

אוועטאר
הרבטייטעלבוים
שר האלף
תגובות: 1750
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 20, 2012 5:52 pm
לאקאציע: שתולים בבית ד'

Re: שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך הרבטייטעלבוים » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:29 am

איינס האט געשריבן:
הרבטייטעלבוים האט געשריבן:חשב לעשות מצוה ולא עשאה.

יש כמה תירוצים. אבער אודאי העוסק במצוה שפטור מן המצוה, איז נישט בגדר אי אפשי, א חולה וואס עסט יו"כ איז נישט בגדר אי אפשי, נישט ווי מצטער וואס איז פטור מן הסוכה און נישט ווי די משל פון רש"י און יומא.

אייער פשט איז הערליך אבער לענ"ד הקלושה איז די יסוד נישט ריכטיג בדרך כלל, נאר און א עקסרעמער פאל, וואס סאיז מלומדה אינגאנצען.

שולחן ערוך איז א סעט אף רולס, מזוג, און דאס איז רצון ה', טו וואס איך הייס ווייל אזוי האב איך געהייסען פינקטליכע אינסטראקשענס.

נאר ביי אונזער פאל איז מען ווייטער מקיים דעם שו"ע בחיוב ולא באופן של פטור.

ווען משרייבט א געדאנק איז מער די נקודה וואס קומט ארויס מער באופן דרוש ורמז ווי פשט
און ידוע די מעשה פון ולא נחם אלקים דרך ארץ
אויף דעם וואס רש״י ברענגט ולא נחם אלוקים דרך ארץ הארץ, אז ס׳טומט דאך נישט אין פסוק מיט ארץ פלישתים
נאר דאס איז נישט די פשט ס׳איז א דרש ורמז און סמוז נישט שטומען אין די גאנצע פסוק, ס׳איז די געדאנק וואס קומט ארויס

אמת, און סאיז א שיינע נקודה, און אודאי דארף דער רבו"ע אונזער השתוקקות. אבער ער דארף די באן אויכעט.

עני וועי א יישר כח סאיז געווען געשמאק צו ליינען מיר האבען הנאה געהאט.
הק' איתמר טייטעלבוים
אבד"ק דלאָניע והגלילות

אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 383
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

שפך לו רבו קיתון על פניו ואמר לו אי אפשי בשמושך!

תגובהדורך גיב א שמייכל » דינסטאג מארטש 24, 2020 11:30 am

הערליך שיין
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: הייליג, היסטאריקער, זזה, חמרא, טאנץ 2, יש ברירה, רעים און 24 געסט