פארוואס בין איך אנגעצויגן? א טיפערן בליק אויף קאראנע פאניק

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אינעיט העלט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 2:44 pm

פארוואס בין איך אנגעצויגן? א טיפערן בליק אויף קאראנע פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינעיט העלט »

אין די יעצטיגע טעג זענען מיר עדות צו א וועלטס איבערקערעניש. די גאנצע וועלט כאפט א טויש און דער גאנצער הלך ילך פון יעדן מענטש כאפט א שאקל. און למעשה זעהט מען ביי אסאך מענטשן א געוויסע אנגעצויגענקייט, מער ווי ער וואלט ווען געוואלט זיין אין אזא מצב.

אין אזא מצב, פראבירט מען זיך צוזאמנעמען די מחשבות וואס עס איז די ריכטיגע וועג וויאזוי אנצוקוקן די זאך. מען פרובירט צו האבן אמונה און בטחון, נישט צו פאניקן, אבער נישט אלעמאל געלונגט עס. און אפילו עס געלונגט פון אויבן אויף, בלייבט נאך פיל מאל א שטיקל אנגעצויגענקייט אונטער די קוליסן, וואס מ'כאפט אליין נישט אלעמאל אז עס איז נאך דארט.

איך עפן דא אן אשכול וואו איך וויל איך וויל אביסל ערקלערן מיין בליק אויף די זאך. מיר פערזענליך האט דאס אסאך געהאלפן, און אויב עס וועט נאר העלפן פאר נאך איינעם , הרי זה שכרי.

הערה: דער ארטיקל איז געמאכט דורכצוליינען מיט א רואיגקייט, נישט דוקא אויף איין פוס. נעמט עטליכע רואיגע מינוט זיך אראפצוזעצן, פארגעסן אביסל פון דעם אנגעצויגענעם מצב, און מיט א טיפקייט דורכטון אן אינטערעסאנטן נושא: וויאזוי ווערן באשאפן א מענטש'ס געפילן?


לאמיר אנהייבן מיט א קשיא:
פארוואס בין איך אנגעצויגן?

וואס הייסט פארוואס? דו ווייסט וואס ס'טוט זיך אין די וועלט?! דו ווייסט אז איך האב א טאטע העכער די זיבעציג? דו ווייסט ווי שעדליך די וויירוס איז? דו ווייסט אז מענטשן שטארבן יעדן טאג?

יא איך ווייס. איך ווייס די אלע פאקטן.

לאמיר אבער אריינגיין אביסל טיפער.

אן אינטערעסאנטער פאקט וואס מ'קען זען, איז אז טראצדעם וואס די אלע פאקטן זענען די זעלבע (בערך) ביי יעדן מענטש וואס לעבט דורך די יעצטיגע היסטארישע תקופה, האט יעדער איינער, ממש יעדער, אן אייגנארטיגע וועג וויאזוי ער נעמט אן דעם מצב.

איינער פאניקט. א צווייטער לאכט זיך אויס. א דריטער איז אנגעצויגן פארוואס אנדערע פאלגן נישט אויס די אנווייזונגען, און א פערטער דערהייבט נישט פארוואס מענטשן פאניקן ווען ס'העלפט בכלל נישט צו צום מצב.
און אונטער די אלע קאטעגאריעס, איז אליין דא הונדערטער געפילן. איינער ציטערט פאר זיין לעבן, א צווייטער פאר זיין פרנסה, און א דריטער פאר א מאנגל אין אשר יצר פאפיר (אדער אייער). איינער לאכט זיך אויס ווייל פאר יונגע מענטשן שאדט עס נישט, און איינער סתם, ווייל ער האלט אז ס'איז נישט אזוי געפערליך ווי מ'מאכט עס.

און אזוי ווייטער און ווייטער, אוממעגליך אויסצורעכענען אלע ביישפילן.

איר כאפט וואס דא טוט זיך?

יעדער האט אן אייגנארטיגן געפיל. יעדער האט אן אנדערן בליק. אבער... יעדער איז זיכער אז 'דער מצב מאכט מיר פילן אזוי!'

קען עס דען זיין? קען איין מצב מאכן איינעם פילן אזוי און איינעם פארקערט?

אויב איך פיל אזוי 'צוליב' דעם מצב, פארוואס פילט מיין חבר אזוי אנדערש, אין דעם זעלבן מצב?

און פארוואס בין איך צומאל פארפאניקט אויפ'ן העכסטן שטאפל, און צומאל פיל איך רואיגער? דער מצב האט זיך דאך גארנישט געטוישט זייט א שעה צוריק.

אויב אזוי, מוזן מיר צוריקקומען צו די פריערדיגע קשיא און טרעפן א תירוץ דערויף:
פארוואס בין איך אנגעצויגן?

פון וואו קומט דעם געפיל פון אנגעצויגנקייט? אויב נישט דער מצב איז דאס וואס באשאפט דער געפיל, דאן וואס יא?

דער ענטפער איז פשוט אבער טיף:

עס איז דא א סיסטעם וואס ליגט טיף אין דעם נפש פון יעדן מענטש, וואס דאס שאפט מיינע געפילן יעדע סעקונדע
.

דער סיסטעם איז א זעלבסטשטענדיגער סיסטעם, וואס ווערט נישט נשפע פון קיין שום זאך אויף דער וועלט.
עס ווערט אנגעפירט דירעקט דורך איינעם – דער וואס פירט אונזער לעבן יעדע סעקונדע.

אין אנדערע ווערטער מיינט דאס, אז קיין שום זאך אויף דעם גשמיות'דיגן עולם קען נישט האבן קיין השפעה אויף די גייסטישע געפילן וואס וועלן איבערנעמען מיין נפש.

אויב אזוי, איז אויף די פראגע 'פארוואס בין איך אנגעצויגן' דא נאר איין ענטפער:

ווייל דער אויבערשטער האט מיר געגעבן א געפיל פון אנגעצויגנקייט!

דאס איז עס. דער אויבערשטער געבט מיר א געפיל יעדע רגע, און אין די יעצטיגע רגע האט ער מיר געגעבן דעם געפיל. אין א רגע ארום, וועט ער מיר געבן נאך א געפיל. וועלכע? איך ווייס נישט. וועלכע ער וועט דעמאלטס באשליסן.

און דער כל יכול קען באשליסן וואס ער וויל. ער איז נישט געבונדן צו די קאראנא וויירוס, און נישט צו קיין שום אנדערע אומשטענדן. ער, נאר ער, פירט מיין לעבן און מיינע געפילן, און דערפאר ווענדט זיך מיין געפיל אין גארנישט, נאר אין זיין גרויסן און הייליגן רצון.

ביטע קומט אריין מיט קאמענטארן. חלק ב' קומט אי''ה.
טויזנטער מענטשן ווערן געהאלפן יעדן טאג דורכ'ן לערנען די אמת'ע יסודות וויאזוי א מענטש ארבעט.
די טייטש פון innate health איז די נאטורליכע אינערליכע גייסטישע געזונטהייט וואס ליגט אין יעדן מענטש.
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: פארוואס בין איך אנגעצויגן? א טיפערן בליק אויף קאראנע פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הייליג »

אינעיט העלט האט געשריבן:


;l;p- ;l;p- ;l;p- ;l;p-
וואו האסט מיר איבעראשט
איך האב מיך געגרייט אז עס קומט א פסיכילאגישע הסבר וואס עס מאכט א מענטש אנגעצויגן
און צום סוף האסטו געגעבן אסאך בעסערס און מער אפעקטיוו וויבאלד מען ווערט אסאך מאל אנגעצויגן פון דעם אליין אז מען איז אנגעצויגן קומסטו אן, האלט, א רגע, בארואיג דיך,! עס האט גארנישט מיט דיר די אייבערשטער גיבט עס און פארטיג דו ביסט נישט אין קאנטראל אויף די פילינגס עס מעג קומען און גיין (עס האט יעצט אויך גארנישט מיט מיר פערזענליך די געפיעל מיינט נישט "מיך" ווייל עס איז קאנטראלירט פון אויבן)
ודברי פי חכם חן

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
j718
שר חמש מאות
תגובות: 888
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 18, 2016 3:14 pm
לאקאציע: אין בוידעם

Re: פארוואס בין איך אנגעצויגן? א טיפערן בליק אויף קאראנע פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך j718 »

!!!WOW
יעצט געליינט עס איז מוירעדיג!
מיר ווארטן אויף חלק ב׳
איש יהודי בשושן האט געשריבן: מאנטאג מאי 09, 2022 5:36 pm


שרגי געשטעטנער האט געזאגט קוק אריין און מיינע אויגן…
די אויגן האבן שוין נישט געזעהן קיין איין ראיה אסורה פאר איבער פינעף יאר!!



ל"נ שרגא אליהו בן חיים אליעזר דוד
אוועטאר
אינעיט העלט
אנשי שלומינו
תגובות: 2
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 26, 2019 2:44 pm

Re: פארוואס בין איך אנגעצויגן? א טיפערן בליק אויף קאראנע פאניק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינעיט העלט »

.
טויזנטער מענטשן ווערן געהאלפן יעדן טאג דורכ'ן לערנען די אמת'ע יסודות וויאזוי א מענטש ארבעט.
די טייטש פון innate health איז די נאטורליכע אינערליכע גייסטישע געזונטהייט וואס ליגט אין יעדן מענטש.
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”