וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך פרידן »

יעצט געהערט
קיטל סאטמאר 52 אין בארא פארק האט געהייערט א קאמפעני וואס טוט דיסאינפעקטען, און גארדס
נאך "יעדע" מנין גייען זיי דיסאינפעטען די גאנצע שטוב
מען האט ארויס גענומען אלע איבריגע טישן אין בענקלעך עס איז נאר דא אזויפיל טישן וויפל מענטשן עס מעג זיין אין פאר יעדע טיש איין בענקל
דאס הייסט אז מען איז אפגערוקט איינער פין אנדערן בערך 9 פיס
די גארדס גייען זעכער מאכן אז עס איז נישט דא מער מענטשן פער מנין ווי ערלויבט אין אז מען פארברענגגט נישט דארט דאווענען אין ארויס, אין אז עלטערע מענטשן קומען נישט אריין
און דאס צו דעקןן גייט מען בעטן $5 פין יעדער וואס קומעט דאווענען פער טאג דאס הייסט $5 פאר שחרית מנחה און מעריב צוזאמען
איך מיין אויף דעם מהלך איז נישטא קיין סיבה נישט צו זיין אפען
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך Growth hacker »

פרידן האט געשריבן:יעצט געהערט
קיטל סאטמאר 52 אין בארא פארק האט געהייערט א קאמפעני וואס טוט דיסאינפעקטען, און גארדס
נאך "יעדע" מנין גייען זיי דיסאינפעטען די גאנצע שטוב
מען האט ארויס גענומען אלע איבריגע טישן אין בענקלעך עס איז נאר דא אזויפיל טישן וויפל מענטשן עס מעג זיין אין פאר יעדע טיש איין בענקל
דאס הייסט אז מען איז אפגערוקט איינער פין אנדערן בערך 9 פיס
די גארדס גייען זעכער מאכן אז עס איז נישט דא מער מענטשן פער מנין ווי ערלויבט אין אז מען פארברענגגט נישט דארט דאווענען אין ארויס, אין אז עלטערע מענטשן קומען נישט אריין
און דאס צו דעקןן גייט מען בעטן $5 פין יעדער וואס קומעט דאווענען פער טאג דאס הייסט $5 פאר שחרית מנחה און מעריב צוזאמען
איך מיין אויף דעם מהלך איז נישטא קיין סיבה נישט צו זיין אפען


פיין אבער ווי אזוי מאכט מען זיכער אז ווער דארף זיין א יינגעשפארט ( איינער וואס איז געקומען און בארירונג מיט איינער וואס איז אנגעשטעקט דארף זיין איינגעשפארט) קומט נישט? און כרעדט שוין נישט פון וויליאמסבורג ווי סאיז דא ערליכע יודן מיט סיפטאמען אליין וואס גייען און שול, יא בעיני ראיתי) אינפארסירט מען יעדער זאל אנהאבן הענטשקעך מיט א מאסק? אוועקנעמען טישן און בענק קלינט נאך נישט די ליפט, ועל כולם ווי איך פארשטיי האט די רבי פון דעי קהלה גענומען די אחריות און געהייסן פארשפארן פארוואס דארף מען זיין אויבער חכמים? ווי וואלט ר מיכאל בער ווייסמאנדעל ז"ל אנגערופן אזא שול?

יעצט אז סאיז שוין יא אפען האף איך זייער אז מען דאווענט ערליך און מען איז מבטל אלע שלעכטע גזירות, כמיין דאך אז סאיז נישט כדאי מפרסם צו זיין, אינדערצייט וואס איז קעגן די הוראה פון רוב גדולי ישראל פון אלע קרייזן און קעגן די הוראה פון אלע דאקטורים, ה' ישמור כל ישראל
לעצט פארראכטן דורך Growth hacker אום מיטוואך אפריל 01, 2020 12:38 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך יואל שרייבער »

yid האט געשריבן:forshay rebbe

https://www.dropbox.com/s/j3lgzt2zl579h ... .mpeg?dl=0


איז עס טאקע פארשעי רבי? עס זעהט מיר נישט אויס.
צדיקים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 10, 2018 2:31 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך צדיקים »

יואל שרייבער האט געשריבן:
yid האט געשריבן:forshay rebbe

https://www.dropbox.com/s/j3lgzt2zl579h ... .mpeg?dl=0


איז עס טאקע פארשעי רבי? עס זעהט מיר נישט אויס.

פיין איז דאס פארשעי רבי שליט"א

דאס איז נאר דריי מינוט פון א לענגערע דרשה

איך ווייס נאר נישט ווי אזוי דאס ארויפצולייגן דא

אבער אויף קול בחצרות מיין איך אז מ'קען דאס הערן, און אזוי אויך אויף דעם פארשעי טעלעפאון קען מען דאס הערן (א שיעור פון 1 שעה און 15 מינוט, ווען איבער א האלבע שעה, איז מאורעות הזמן).

דער נאמבער איז 845-286-1021, דארט קען מען הערן דעם שיעור, און נאך שיעורים.
אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך גרויסער חכם »

Growth hacker האט געשריבן:פיין אבער ווי אזוי מאכט מען זיכער אז ווער דארף זיין א יינגעשפארט ( איינער וואס איז געקומען און בארירונג מיט איינער וואס איז אנגעשטעקט דארף זיין איינגעשפארט) קומט נישט?

און ווער מאכט דאס זיכער אין גראסערי? עס איז נישט מעגליך צו זיכער מאכן! פונקט ווי די פארשטייסט אז ווער עס קומט אין גראסערי וואס טאר נישט איז אויף זיין אחריות די זעלבע זאך ביהמ"ד (ווען עס איז אפן אויף אזא וועג פארשטייט זיך).
די ביהמ"ד איז פונקט אזוי וויכטיג ווי גראסערי און נאך אסאך מער וויכטיג.
אויב איז טאקע אזוי שרעקליך דעמאלט זאל מען פארשפארן די גראסערי און זיי זאלן אננעמען נאר פאוין ארדערס.. ווילאנג גראסערי מעג זיין אפן מעג און דארף די ביהמ"ד אויך זיין אפן.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך פרידן »

Growth hacker האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:יעצט געהערט
קיטל סאטמאר 52 אין בארא פארק האט געהייערט א קאמפעני וואס טוט דיסאינפעקטען, און גארדס
נאך "יעדע" מנין גייען זיי דיסאינפעטען די גאנצע שטוב
מען האט ארויס גענומען אלע איבריגע טישן אין בענקלעך עס איז נאר דא אזויפיל טישן וויפל מענטשן עס מעג זיין אין פאר יעדע טיש איין בענקל
דאס הייסט אז מען איז אפגערוקט איינער פין אנדערן בערך 9 פיס
די גארדס גייען זעכער מאכן אז עס איז נישט דא מער מענטשן פער מנין ווי ערלויבט אין אז מען פארברענגגט נישט דארט דאווענען אין ארויס, אין אז עלטערע מענטשן קומען נישט אריין
און דאס צו דעקןן גייט מען בעטן $5 פין יעדער וואס קומעט דאווענען פער טאג דאס הייסט $5 פאר שחרית מנחה און מעריב צוזאמען
איך מיין אויף דעם מהלך איז נישטא קיין סיבה נישט צו זיין אפען


פיין אבער ווי אזוי מאכט מען זיכער אז ווער דארף זיין א יינגעשפארט ( איינער וואס איז געקומען און בארירונג מיט איינער וואס איז אנגעשטעקט דארף זיין איינגעשפארט) קומט נישט? און כרעדט שוין נישט פון וויליאמסבורג ווי סאיז דא ערליכע יודן מיט סיפטאמען אליין וואס גייען און שול, יא בעיני ראיתי) אינפארסירט מען יעדער זאל אנהאבן הענטשקעך מיט א מאסק? אוועקנעמען טישן און בענק קלינט נאך נישט די ליפט, ועל כולם ווי איך פארשטיי האט די רבי פון דעי קהלה גענומען די אחריות און געהייסן פארשפארן פארוואס דארף מען זיין אויבער חכמים? ווי וואלט ר מיכאל בער ווייסמאנדעל ז"ל אנגערופן אזא שול?

יעצט אז סאיז שוין יא אפען האף איך זייער אז מען דאווענט ערליך און מען איז מבטל אלע שלעכטע גזירות, כמיין דאך אז סאיז נישט כדאי מפרסם צו זיין, אינדערצייט וואס איז קעגן די הוראה פון רוב גדולי ישראל פון אלע קרייזן און קעגן די הוראה פון אלע דאקטורים, ה' ישמור כל ישראל


די רבי פין די קהלה לאזט דעי שול זיין אפען די דיין האט קלאר פרעזענדליך געבעטן רשות

עס איז נישט קעגן די הוראה פין רוב גדולי ישראל פאלנע שקר
ווי שוין געשריהן איינמאל רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק זענען זייער שול אפען

עס איז נישט קעגן די הוראה פין דאקטורים פאלנע שקר
די דיין פין ביהמ"ד האט אפאר מאל געזאגט פאר די וואס האבן געקאלט מיט טענות אדרבא ברענג אראפ א דאקטער וואס ער קען רעדן מיט אין ער זאל זעהן ווי אזוי עס גייט צו אין אז יענער הייסט פארמאכן פארמאכט מען ביזדערווייל האט דאס נאכנישט פאסירט

אוועק נעמען טישן אין בענק קלינט נישט די לופט אבער מאכט אז מען זאל זיין אפגעריקט איינער פין אנדערן מער ווי 6 פיס

מען לאזט מענטשן גיין שפאצירן אפי׳ עס קען זיין אומענטשן וואס גיין אין גאס ווען זיי האבן סימפטאמען

ר׳ מיכאל בער וואלט לכאורה דארט געקומען דאווענען ווען ער וואוינט ווען אין בארא פארק
אגב נייטרא איז אויך אפען

אז מען טוט דיסעפעקטען נאך יעדע מנין אין מען דאווענט שטארק צושפרייט יונגע געזונטע מענטשן האט מען יוצא געווען יעדע חיוב השתדלות מער פין דעם איז נערווען
אין יא בעז"ה עס וועט זיך אויסארבייטן קענסט דיך רישן אז נאך שולן וועלן זיך עפענען אויף דעי אופן
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אבן יקרה »

כ"ק האדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א בדברי חיזוק ואזהרה מיוחדים לאור המצב השורר בארץ ישראל ואומר כי "ל"ע היום המצב שאף אחד לא יודע מה יהיה בעוד שעה ואף אחד לא יודע מה יביא היום המחר. כל הקהל חי בפחד נורא – יש להישמר בזמן זה – יש להשתדל ללמוד יותר תורה".


"אומרים שאסור להתפלל בציבור בגלל סכנה – אז אסור לעבור על הוראה זו ואין להתחכם ע"כ ולא לחשוב להחמיר על עצמו. יש לשמוע לדעת תורה בעולם וחייבים לעשות כדעת תורה ולא להחליט לבד – ואם יש שעת סכנה אין ברירה ויש לקבל דעת תורה יש להישאר בבית לבד בפרט כשיש שעת סכנה גם לגבי התפילות וגם לעניין המקווה".

עוד הוסיף מרן האדמו"ר כי, "בפרט כשיש שעת חשש לסכנה, יש לקיים דעת תורה וההוראות ע"כ. יש לשבת בבית לבד וכשיושבים בבית לבד, יש יותר זמן שהשם ישמור ויציל יש להיזהר לא להסתכל בכלים הטמאים כי זה מביא ל"ע חרון אף גדול. יש להשתדל ולהשפיע לעשות פעולות טובות, להכניס לילדים יראת שמים ולהכניס בהם לימוד התורה לנצל כל רגע לכך. זה יהיה רווח גדול".


די רעקארדינג איז דא:
https://www.jdn.co.il/breakingnews/1304797/
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך בסד »

שיינע מעשיות.

די שאלה דארף יעדער פרעגן זיין מורא הוראה.
ווער ס'דאווענט ביחידות אן א קרעכטס, זאל עקסטער זאגן פארן דיין, אז ס'טוט אים ליידער נישט וויי.

ר' חיים לייבוש בין איך זייער מחשיב. א טייערער חשוב'ע רב.
למעשה מיין דיין זאגט מיר קלאר פארקערט. היות איך לויף נישט זיכען א דיין וואס לאזט מיר טראגן מיט'ן ערוב, א אַנדערע דיין וואס וועט מיר זאגן אז איך קען גיין צום כותל. און אנדערע דיין וואס וועט מיר מתיר זיין צו עסן מאשין מצות. פאלג איך מיין דיין, איך דאווען אומבאקוועם ביחידות. אבער מיט א זיכערהייַט, אז איך טו וויאזוי מען האט מיר גע'פסק'נט עפ"י תורה.

די גאנצע טענה'ריי דא איז נאריש.
ווען דיין דיין גייט דיר פסק'נען לאיסור או להיתר. און וועסט הערן מיין דיין פסק'נען פארקערט. גיי מיר זיך קריגען? אדער טוישן דיינים ווייל ס'געפעלט מיר אנדערש?

הצלה שרייט פקוח נפש. גראסערי אפען שול נישט. דארף איך דאווענען מיט מנין אדער נישט?

פארוואס פרעגסטו נישט דיין דיין?
שרייסט שקצים, מען רייסט אויס אידישקייט. שרייסט שקצים, דו מאכסט קראנק אנדערע ווען דו דאווענסט בציבור.

האלאו. פארוואס פרעגסטו נישט דיין דיין, און טו וואס מען הייסט?
אוועטאר
גרויסער חכם
שר חמישים
תגובות: 93
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2020 12:00 am
לאקאציע: אין קעניגס פאלאץ

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך גרויסער חכם »

בסד האט געשריבן:שיינע מעשיות.

די שאלה דארף יעדער פרעגן זיין מורא הוראה.
ווער ס'דאווענט ביחידות אן א קרעכטס, זאל עקסטער זאגן פארן דיין, אז ס'טוט אים ליידער נישט וויי.

ר' חיים לייבוש בין איך זייער מחשיב. א טייערער חשוב'ע רב.
למעשה מיין דיין זאגט מיר קלאר פארקערט. היות איך לויף נישט זיכען א דיין וואס לאזט מיר טראגן מיט'ן ערוב, א אַנדערע דיין וואס וועט מיר זאגן אז איך קען גיין צום כותל. און אנדערע דיין וואס וועט מיר מתיר זיין צו עסן מאשין מצות. פאלג איך מיין דיין, איך דאווען אומבאקוועם ביחידות. אבער מיט א זיכערהייַט, אז איך טו וויאזוי מען האט מיר גע'פסק'נט עפ"י תורה.

די גאנצע טענה'ריי דא איז נאריש.
ווען דיין דיין גייט דיר פסק'נען לאיסור או להיתר. און וועסט הערן מיין דיין פסק'נען פארקערט. גיי מיר זיך קריגען? אדער טוישן דיינים ווייל ס'געפעלט מיר אנדערש?

הצלה שרייט פקוח נפש. גראסערי אפען שול נישט. דארף איך דאווענען מיט מנין אדער נישט?

פארוואס פרעגסטו נישט דיין דיין?
שרייסט שקצים, מען רייסט אויס אידישקייט. שרייסט שקצים, דו מאכסט קראנק אנדערע ווען דו דאווענסט בציבור.

האלאו. פארוואס פרעגסטו נישט דיין דיין, און טו וואס מען הייסט?

;l;p-
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך סטיטשינער »

פסק הלכה ממרא דאתרא דקהילת גור בערד הגר"ג וולקוביץ: "המתפלל במניין בעת הזו צריך לחשוש מברכה לבטלה"
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
א גאנץ יאר פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 477
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 23, 2018 4:56 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך א גאנץ יאר פרייליך »

בסד האט געשריבן:שיינע מעשיות.

די שאלה דארף יעדער פרעגן זיין מורא הוראה.
ווער ס'דאווענט ביחידות אן א קרעכטס, זאל עקסטער זאגן פארן דיין, אז ס'טוט אים ליידער נישט וויי.

ר' חיים לייבוש בין איך זייער מחשיב. א טייערער חשוב'ע רב.
למעשה מיין דיין זאגט מיר קלאר פארקערט. היות איך לויף נישט זיכען א דיין וואס לאזט מיר טראגן מיט'ן ערוב, א אַנדערע דיין וואס וועט מיר זאגן אז איך קען גיין צום כותל. און אנדערע דיין וואס וועט מיר מתיר זיין צו עסן מאשין מצות. פאלג איך מיין דיין, איך דאווען אומבאקוועם ביחידות. אבער מיט א זיכערהייַט, אז איך טו וויאזוי מען האט מיר גע'פסק'נט עפ"י תורה.

די גאנצע טענה'ריי דא איז נאריש.
ווען דיין דיין גייט דיר פסק'נען לאיסור או להיתר. און וועסט הערן מיין דיין פסק'נען פארקערט. גיי מיר זיך קריגען? אדער טוישן דיינים ווייל ס'געפעלט מיר אנדערש?

הצלה שרייט פקוח נפש. גראסערי אפען שול נישט. דארף איך דאווענען מיט מנין אדער נישט?

פארוואס פרעגסטו נישט דיין דיין?
שרייסט שקצים, מען רייסט אויס אידישקייט. שרייסט שקצים, דו מאכסט קראנק אנדערע ווען דו דאווענסט בציבור.

האלאו. פארוואס פרעגסטו נישט דיין דיין, און טו וואס מען הייסט?


;l;p- Very balanced levelheaded opinion
#איך פארנעם די מינימום פלאץ ווען איך פארק!

ווייל איך בין נישט קיין וואטסעפפ איד
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?
בסד
שר האלפיים
תגובות: 2974
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך בסד »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?

וואס זאגט דיין רב?
אוועטאר
אלי' מקוה יוד
שר האלפיים
תגובות: 2941
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 18, 2017 11:52 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אלי' מקוה יוד »

מיין רב האט קיינמאל נישט געזאגט אז מ'זאל דאווענען ביחידות
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך שאינו יודע »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?


וועסט זען אים בד״ה אשכול ווען מען קען שוין
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טראק דרייווער »

אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?


ווילאנג עס גייט אהן די חיוב פון מאכן בלויז גראסערי פאון ארדער'ס.... [איך זיך נאך די צעטל מיט אזהרות חמורות אויף בלויז מאכן פאון ארדער'ס, און חיוב מסירה אויף גיין אין גראסערי וכו', און אויב איז יא דא אזא צעטל איז דאס בכלל נישט אויף אזא פארנעם ווי די אזהרה חמורה מאוד מאוד מאוד מאוד מאוד פון זיך היטן נישט צו דאוונען בציבור]
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
Kollel
שר תשעת אלפים
תגובות: 9416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 16, 2019 5:03 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך Kollel »

;l;p-
פרידן האט געשריבן:
Growth hacker האט געשריבן:
פרידן האט געשריבן:יעצט געהערט
קיטל סאטמאר 52 אין בארא פארק האט געהייערט א קאמפעני וואס טוט דיסאינפעקטען, און גארדס
נאך "יעדע" מנין גייען זיי דיסאינפעטען די גאנצע שטוב
מען האט ארויס גענומען אלע איבריגע טישן אין בענקלעך עס איז נאר דא אזויפיל טישן וויפל מענטשן עס מעג זיין אין פאר יעדע טיש איין בענקל
דאס הייסט אז מען איז אפגערוקט איינער פין אנדערן בערך 9 פיס
די גארדס גייען זעכער מאכן אז עס איז נישט דא מער מענטשן פער מנין ווי ערלויבט אין אז מען פארברענגגט נישט דארט דאווענען אין ארויס, אין אז עלטערע מענטשן קומען נישט אריין
און דאס צו דעקןן גייט מען בעטן $5 פין יעדער וואס קומעט דאווענען פער טאג דאס הייסט $5 פאר שחרית מנחה און מעריב צוזאמען
איך מיין אויף דעם מהלך איז נישטא קיין סיבה נישט צו זיין אפען


פיין אבער ווי אזוי מאכט מען זיכער אז ווער דארף זיין א יינגעשפארט ( איינער וואס איז געקומען און בארירונג מיט איינער וואס איז אנגעשטעקט דארף זיין איינגעשפארט) קומט נישט? און כרעדט שוין נישט פון וויליאמסבורג ווי סאיז דא ערליכע יודן מיט סיפטאמען אליין וואס גייען און שול, יא בעיני ראיתי) אינפארסירט מען יעדער זאל אנהאבן הענטשקעך מיט א מאסק? אוועקנעמען טישן און בענק קלינט נאך נישט די ליפט, ועל כולם ווי איך פארשטיי האט די רבי פון דעי קהלה גענומען די אחריות און געהייסן פארשפארן פארוואס דארף מען זיין אויבער חכמים? ווי וואלט ר מיכאל בער ווייסמאנדעל ז"ל אנגערופן אזא שול?

יעצט אז סאיז שוין יא אפען האף איך זייער אז מען דאווענט ערליך און מען איז מבטל אלע שלעכטע גזירות, כמיין דאך אז סאיז נישט כדאי מפרסם צו זיין, אינדערצייט וואס איז קעגן די הוראה פון רוב גדולי ישראל פון אלע קרייזן און קעגן די הוראה פון אלע דאקטורים, ה' ישמור כל ישראל


די רבי פין די קהלה לאזט דעי שול זיין אפען די דיין האט קלאר פרעזענדליך געבעטן רשות

עס איז נישט קעגן די הוראה פין רוב גדולי ישראל פאלנע שקר
ווי שוין געשריהן איינמאל רוב גרויסע פוסקים אין בארא פארק זענען זייער שול אפען

עס איז נישט קעגן די הוראה פין דאקטורים פאלנע שקר
די דיין פין ביהמ"ד האט אפאר מאל געזאגט פאר די וואס האבן געקאלט מיט טענות אדרבא ברענג אראפ א דאקטער וואס ער קען רעדן מיט אין ער זאל זעהן ווי אזוי עס גייט צו אין אז יענער הייסט פארמאכן פארמאכט מען ביזדערווייל האט דאס נאכנישט פאסירט

אוועק נעמען טישן אין בענק קלינט נישט די לופט אבער מאכט אז מען זאל זיין אפגעריקט איינער פין אנדערן מער ווי 6 פיס

מען לאזט מענטשן גיין שפאצירן אפי׳ עס קען זיין אומענטשן וואס גיין אין גאס ווען זיי האבן סימפטאמען

ר׳ מיכאל בער וואלט לכאורה דארט געקומען דאווענען ווען ער וואוינט ווען אין בארא פארק
אגב נייטרא איז אויך אפען

אז מען טוט דיסעפעקטען נאך יעדע מנין אין מען דאווענט שטארק צושפרייט יונגע געזונטע מענטשן האט מען יוצא געווען יעדע חיוב השתדלות מער פין דעם איז נערווען
אין יא בעז"ה עס וועט זיך אויסארבייטן קענסט דיך רישן אז נאך שולן וועלן זיך עפענען אויף דעי ;l;p- אופן
ס'אשאד זיך צו טענה'ן דערויף!
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22676
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

קשיא פון די יאהר הונדערט:

תגובה דורך סטיטשינער »

קשיא פון די יאהר הונדערט: פארוואס אויף יעדער נושא וואס כלל ישראל האט געהאט נאכן קריג איז ארויס געקומען רוזיגער קול קורא'ס (כ''א לפי מדרגתו) אינטערגע'חתמעט דורך צענדליגע רבנים וואס זאגן ארויס פונקטליך את המעשה אשר יעשו. מ'פארלאזט זיך נישט אז יעדער רב וועט זאגן פאר זיין קהילה וואס צו טוען, נאר מ'פארשטייט אז מען דארף א פאראייניגטע כח. פארוואס דא, ווען מ'הנדלט א שאלה וואס מען האט שוין נישט געזעהן אזא הארבקייט צענדליגע יאהרן, איז שטיל! ס'איז גארנישט דא! נישט קיין גרויסע אסיפת הרבנים, נישט קיין חתימה, נישט קיין צעטל, גארנישט! יעדער מנהיג זאגט זיך פאר זיין קהילה, יעדער בעיסמענט שול האט זיך זיין דעה, יעדער שמויגע ברענגט זיך א צווייטע רב וואס זאגט ווי אים. ס'איז ממש א הפקר וועלט! (איך פרעג אויף ביידע צדדים פון די דעבאטע.) למה יגרע פרשת קאראנא מפרשת שייטלעך או מוהל מוסמך או הפקעת קידושין או גיוס או אלע צענדליגער ק''ק'ס פון די לעצטע פאר יאהר?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך איסר האטלקי »

טראק דרייווער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?


ווילאנג עס גייט אהן די חיוב פון מאכן בלויז גראסערי פאון ארדער'ס.... [איך זיך נאך די צעטל מיט אזהרות חמורות אויף בלויז מאכן פאון ארדער'ס, און חיוב מסירה אויף גיין אין גראסערי וכו', און אויב איז יא דא אזא צעטל איז דאס בכלל נישט אויף אזא פארנעם ווי די אזהרה חמורה מאוד מאוד מאוד מאוד מאוד פון זיך היטן נישט צו דאוונען בציבור]

לידיעה בעלמא, מיין גראסערי נעמט א גאנץ יאר פאון ארדערס, אבער נישט יעצט! צופיל מענטשן דארפן עס און זיי קענען נישט נאכיאגן. זיי נעמען דורך אימעיל, אבער דעליווערי איז 2 טעג שפעטער. און די סטאר איז ליידיג. ס'שטייט א סעקיוריטי גארד ביים טיר פון די גראסערי זיכער צו מאכן אז ס'פולט זיך נישט אן, אבער ווען איך בין דארט איז עס ליידיג. מענטשן ציטערן ארויסצוגיין אין גאס.

פון דיינע תגובות קוקט נישט אויס ווי די וואוינסט אין ברוקלין. אדרבה, גיי ארום אין די גראסעריס צו זען די מצב.
לעצט פארראכטן דורך איסר האטלקי אום דאנערשטאג אפריל 02, 2020 8:57 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אביונה »

צ\ק
וועלכער 'אשכול' אין דעם נושא איז נאך אפן??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
טראק דרייווער האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?


ווילאנג עס גייט אהן די חיוב פון מאכן בלויז גראסערי פאון ארדער'ס.... [איך זיך נאך די צעטל מיט אזהרות חמורות אויף בלויז מאכן פאון ארדער'ס, און חיוב מסירה אויף גיין אין גראסערי וכו', און אויב איז יא דא אזא צעטל איז דאס בכלל נישט אויף אזא פארנעם ווי די אזהרה חמורה מאוד מאוד מאוד מאוד מאוד פון זיך היטן נישט צו דאוונען בציבור]

לידיעה בעלמא, מיין גראסערי נעמט א גאנץ יאר פאון ארדערס, אבער נישט יעצט! צופיל מענטשן דארפן עס און זיי קענען נישט נאכיאגן. זיי נעמען דורך אימעיל, אבער דעליווערי איז 2 טעג שפעטער. און די סטאר איז ליידיג. ס'שטייט א סעקיוריטי גארד ביים טיר פון די גראסערי זיכער צו מאכן אז ס'פולט זיך נישט אן, אבער ווען איך בין דארט איז עס ליידיג. מענטשן ציטערן ארויסצוגיין אין גאס.

פון דיינע תגובות קוקט נישט אויס ווי די וואוינסט אין ברוקלין. אדרבה, גיי ארום אין די גראסעריס צו זען די מצב.


ווייס איך נישט אין וועלכן טייל פון ברוקלין איר וואוינט, אבער אין וויליאמסבורג איז מפטירין כדאתמול, נישטא קיין גארדס און קיין גארנישט
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7240
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך וואס טוט זיך »

שאינו יודע האט געשריבן:
אלי' מקוה יוד האט געשריבן:ווילאנג גייט אנגיין די חייב פון דאווענען ביחידות? Until further notice?


וועסט זען אים בד״ה אשכול ווען מען קען שוין

;l;p-
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2281
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טראק דרייווער »

אויב איז די דעת תורה אינגאנצן צו צומאכן די בתי מדרשים, דאן פארוואס האט רבי עקיבא אייגער געהייסן אז מען זאל בכלל קומען אין בית המדרש דאווענען מיט גרופע'ס? עס קען דאך געשעהן אז איינער פון די גרופע זאל עס האבן און דאס איבערגעבן?

און דעמאלס האט מען גערעדט פון אן ערנסטע מגיפה, וואס האט געהאט אלע הלכות פון א מגיפה.

אלא מאי, אז די דעת תורה איז אז ווילאנג מען טוט דאס מערסטע השתדלות וואס איז שייך, ברויך א בית המדרש און א מקום תורה בלייבן אפן!!!

ווילט איר זיך קריגן מיט רבי עקיבא אייגער? אייער פראבלעם.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
נאך איינער

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך נאך איינער »

טראק דרייווער האט געשריבן:אויב איז די דעת תורה אינגאנצן צו צומאכן די בתי מדרשים, דאן פארוואס האט רבי עקיבא אייגער געהייסן אז מען זאל בכלל קומען אין בית המדרש דאווענען מיט גרופע'ס? עס קען דאך געשעהן אז איינער פון די גרופע זאל עס האבן און דאס איבערגעבן?

און דעמאלס האט מען גערעדט פון אן ערנסטע מגיפה, וואס האט געהאט אלע הלכות פון א מגיפה.

אלא מאי, אז די דעת תורה איז אז ווילאנג מען טוט דאס מערסטע השתדלות וואס איז שייך, ברויך א בית המדרש און א מקום תורה בלייבן אפן!!!

ווילט איר זיך קריגן מיט רבי עקיבא אייגער? אייער פראבלעם.

ני פארוואס האבן רוב רבנים געהייסן פארמאכן די בתי מדרשים?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך איסר האטלקי »

טראק דרייווער האט געשריבן:אויב איז די דעת תורה אינגאנצן צו צומאכן די בתי מדרשים, דאן פארוואס האט רבי עקיבא אייגער געהייסן אז מען זאל בכלל קומען אין בית המדרש דאווענען מיט גרופע'ס? עס קען דאך געשעהן אז איינער פון די גרופע זאל עס האבן און דאס איבערגעבן?

און דעמאלס האט מען גערעדט פון אן ערנסטע מגיפה, וואס האט געהאט אלע הלכות פון א מגיפה.

אלא מאי, אז די דעת תורה איז אז ווילאנג מען טוט דאס מערסטע השתדלות וואס איז שייך, ברויך א בית המדרש און א מקום תורה בלייבן אפן!!!

ווילט איר זיך קריגן מיט רבי עקיבא אייגער? אייער פראבלעם.

לויט וויפיל איך האב פארשטאנען ביים ליינען פון יענע מגיפה, האט מען עס נישט געקענט כאפן נאר אויב דער אנגעשטעקטער האט געהאט סימפטאמען. פון א נארמאלע געזונטע מענטש האט מען עס נישט געקענט כאפן, נאר פון קראנקע. ווי אויך זענען די סימפטאנען געווען שווער פאר יעדעם, יעדער איז געלעגן קראנק נאכ'ן עס באקומען. האט מען געקענט כאטש זיך היטן פון וועמען צו שטיין ווייט.

עכ"פ אזוי האט מען אמאל געוואוסט, און רוב וויירוסעס ארבעטן נאך היינט אזוי.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”