וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

וואס טוט זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7282
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 31, 2019 5:38 pm
לאקאציע: איינע פון די באהאלטענע סאב פארומס

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך וואס טוט זיך »

און אלע רייסערס וואס "שעמען זיך פלוצלונג צו זיין א איד" (א מין געראדעאכץ..) זענען פארשטייט'זיך ווראנג (דארף מען אפילו זאגן זיי זענען ווראנג?.)

אבער א איד וואס כאפט זיך אריין אין א מקווה וואס דארף זיין פארשפארט, איז פונקט אזוי ווראנג.
אני מאמין באמונה שלימה, שהבורא יתברך שמו, הוא בורא ומנהיג לכל הברואים, והוא לבדו עשה ועושה ויעשה לכל המעשים.
איפכא מיסתבר
שר האלף
תגובות: 1825
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 25, 2019 4:47 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך איפכא מיסתבר »

וואס טוט זיך האט געשריבן:ניין, אבי בערקאוויטש האט נישט אזוי גע'פסק'נט, ער האט איבערגעגעבן די אינפארמאציע פאר אסאך רבנים פון נוי יארק געגענט, און זיי האבן באשלאסן וואס צו טוען און עס געמאלדען דורך בריוון פארן קהילה.
עס סימפל עס דעט.

אזוי? ליינט דא, גענומען פון דא viewtopic.php?f=104&t=41344&start=3350
IMBZ האט געשריבן:WASHINGTON (VINnews) — On Tuesday afternoon, the whitehouse held a phone conference call with Rabbis and Jewish faith leaders, regarding the state of the Coronavirus pandemic.

The meeting was led by Avi Berkowitz and a council for the President. President Trump and Vice President Mike Pence were not on the phonecall.

The purpose of the conference call was to impress the severity of the health crisis onto the Jewish community, particularly in certain areas where it is not being taken very seriously, despite the pleas of the health department.

The whitehouse warned the communoty leaders numerous times, that not taking the necessary measures will see the situation “turn into a serious issue of Pikuach Nefesh.”

The whitehouse called on any remaining Yeshivos that are open to immediately close, as well as on parents to stop sending their children in to those institutions.

It was expplained that children who can pick up the Coronavirus at school can easily carry the virus without showing symptoms for many weeks, while in the meantime infecting their elderly neighbors and relatives who are much more vulnerable.

The following questions concerning praying with a Minyan were posed to Avi Berkowitz:

Q. Should Minyanim be held outdoors?

A. It is not advisable.

Q. Buildings that have multiple small Shuls in them, can they use each one with 10 people in each?

A. No.

Q. What is the projection on how long this will go on for?

A. There is no way to know, and the experts are not putting a date on it, but the President said it can last a few months.



ווי אויך ליינט אלע צעטלעך פון די קהלות "אויף די פערזענליכע פארלאנג" download/file.php?id=243217

און די נקודה איז נאך מער, ווי דא ארויסגעברענגט viewtopic.php?f=104&t=41836
טראק דרייווער האט געשריבן:אז די גאווערמענט האט דא געוויזן אז מיט איין קוועטש האבן זיי די גאנצע חרדישע ציבור אין טאש, מען הייבט אן בפה רך, מען האט סך הכל געבעטן אז מען זאל פארשפארן בתי מדרשים. און דאס מיינט אז ווען זיי ווילן דוקא קענען זיי אויך אפשטעלן אלעס אויב מען שטעלט זיך נישט צו צו אנדערע סארט פארלאנגען מיט לימודים וכדומה.

ווען מען שטעלט ווען א שטארקע ווידערשטאנד, און מען זאגט אז אונז קענען בשום אופן פארשפארן בתי מדרשים און חדרים, מען וועט שטעלן גארד'ס, מען וועט אינפארסירן וכו', דעמאלס וואלטן זיי באקומען די מעסעזש אז די אידישע רעליגיע איז אומבויגזאם. סך הכל איז דאס געקומען מכח א בקשה פון די ווייט האוז, קיין געזעץ איז נישט דא אויף פארזאמלונגען אינטער 50
אויב איך ענטפער נישט אויף א תגובה, וואס איינער האט געשריבן אויף מיינס א תגובה, מיינט עס אז איך האלט אז מיין ענטפער וועט גארנישט מוסיף זיין אדער משנה זיין...
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך צו געזונט »

לפנות בוקר האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי

און וואס איז די היתר צו גיין אין שול מיט א קאר, ער קען דאך ח"ו איינעם אראפקלאפן אויפ'ן גאס. ס'איז א גרויסע ספק צו עפ"י תורה און לויט די כללי ההלכה גייט די גאנצע מצב דא אריין אין די גדר אפילו פון א חשש רחוק מאד פון פיקוח נפש.

גוט ארויס געברענגט.. מ'קען אפשר צולייגן בדרך אפשר אז ווען דו דרייווסט א קאר האסטו א גרעסערע שאנס צו הרג'ענען א מענטש, ווי דו גייסט אין ביהמ"ד מיט קראנע.

מיט א קאר האט דער מענטש א בחירה אויף אבאכט געבן די מערסט וואס מעגליך. משא"כ מיט קאראנע קאן ער נישט אבאכט געבן אויף "יענעמ'ס" שוואכע אימיון סיסטעם, און צומאל אויף איינעם וואס ווייסט נישט אז ער פארמאגט א שוואכע אימיון סיסטעם
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך מימוני »

למעלה משבעים האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:
למעלה משבעים האט געשריבן:אנטשולדיג מיר אלע פארן שרייבן אין נישט ריכטיגן אשכול, אבער עס קומט מיר צו לאכן ווען געוויסע ווערן ממש פארלוירן אז זיי האבן עס, ר' איד, כמדומה איר לעבט נאך, איא? וואס ביזטו אזוי דערשראקן, האסט דאך נישט קיין שום קאנדישאן, ביזט דאך יונג און פריש, פשוט ווייל מען האט געמאכט א פאניק מיינסטו אז גייסט שטארבן? דערשרעק זיך נישט, יא ס'איז אומבא'טעם'ט. ס'וועט אבער דורכגיין, גיב עס אפאר טאג און איר וועט פארגעסן איר האט עפעס געהאט....

עס זעט אויס פין אייער שרייבן אז איר האט ב"ה נישט די סימפטאמען אין איר האט נישט א נאנטער וואס האט דאס.
איז דאס וואר?

נאופ, נישט וואר.

דאן אנטשולדיגט מיר פארן חושד זיין.
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך למדן וצדיק »

מימוני האט געשריבן:איך הער אייער פוינט.
אויב האט א רב געמאכט זיין ריסוירטש, אין נישט מחמת חיסרון ידיעה, געקומען צום החלטה אז זיין ביהמ"ד זאל זיין אפען, קען/טאר מען נישט האבן קיין קשיות אויף איהם.

הונדערט פראצענט. ס'דא רבנים וואס האבן פשוט נישט געוואלט נעמען די אחריות, נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו דינגען שומרים און אינפארסירן די רעגולאציעס. ווי אויך די בתי מדרשים פון די גרויסע קהילות נאך וואס זיי האבן באקומען א טעלעפאן קאל פון די ווייסע הויז איז זייער פארשטענדליך און נארמאל אז זיי האבן נישט געהאט קיין צוויי ברירות און האבן געמוזט צושפארן וויבאלד ס'איז אודאי נישט ראוי זיך צו רייצן בפרהסיא מיט די פעדעראלע רעגירונג. די קשיא איז אויף די וואס שימפן און האבן געלייגט לחץ אויף רבנים וואס האבן יא געקענט באשטיין צו האלטן אפן זייער שולן אויף א לעגאלע אופן לויט די רעגולאציעס.
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך למדן וצדיק »

ביללער האט געשריבן:ביטע אויב דו קענסט ברענג אהער די גאנצע דרשה

https://beta.hebrewbooks.org/reader/rea ... hlts=&ocr=
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
אוועטאר
למדן וצדיק
שר האלף
תגובות: 1189
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 15, 2015 10:49 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך למדן וצדיק »

איך וויל נישט אנזייען קיין פאניק, אבער פאלגענד איז ממש קלארע אפענע פחדימ'דיגע ווערטער פונעם הייליגן רשב"ש
אטעטשמענטס
רשבש קצה.png
רשבש קצה.png (229.64 KiB) געזען 1497 מאל
וצריך לאדם להיות לו אלו שני בחינות ברית, היינו שיהא ״צדיק״ ו״למדן״ (לקוטי מוהר״ן ח״א, ל״א, ה׳)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך איסר האטלקי »

למדן וצדיק האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:איך הער אייער פוינט.
אויב האט א רב געמאכט זיין ריסוירטש, אין נישט מחמת חיסרון ידיעה, געקומען צום החלטה אז זיין ביהמ"ד זאל זיין אפען, קען/טאר מען נישט האבן קיין קשיות אויף איהם.

הונדערט פראצענט. ס'דא רבנים וואס האבן פשוט נישט געוואלט נעמען די אחריות, נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו דינגען שומרים און אינפארסירן די רעגולאציעס. ווי אויך די בתי מדרשים פון די גרויסע קהילות נאך וואס זיי האבן באקומען א טעלעפאן קאל פון די ווייסע הויז איז זייער פארשטענדליך און נארמאל אז זיי האבן נישט געהאט קיין צוויי ברירות און האבן געמוזט צושפארן וויבאלד ס'איז אודאי נישט ראוי זיך צו רייצן בפרהסיא מיט די פעדעראלע רעגירונג. די קשיא איז אויף די וואס שימפן און האבן געלייגט לחץ אויף רבנים וואס האבן יא געקענט באשטיין צו האלטן אפן זייער שולן אויף א לעגאלע אופן לויט די רעגולאציעס.

יעצט ביינאכט העלפט שוין גארנישט אפי' מיט גארדס. שמירה האט אויפגעהערט די סערוויס איבעראל צוליב די לאקדאון וואס פארבאט בתי מדרשים.
אוועטאר
טרעוולער
שר חמש מאות
תגובות: 559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 30, 2013 12:34 am
לאקאציע: אין פליגער

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טרעוולער »

איסר האטלקי האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:איך הער אייער פוינט.
אויב האט א רב געמאכט זיין ריסוירטש, אין נישט מחמת חיסרון ידיעה, געקומען צום החלטה אז זיין ביהמ"ד זאל זיין אפען, קען/טאר מען נישט האבן קיין קשיות אויף איהם.

הונדערט פראצענט. ס'דא רבנים וואס האבן פשוט נישט געוואלט נעמען די אחריות, נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו דינגען שומרים און אינפארסירן די רעגולאציעס. ווי אויך די בתי מדרשים פון די גרויסע קהילות נאך וואס זיי האבן באקומען א טעלעפאן קאל פון די ווייסע הויז איז זייער פארשטענדליך און נארמאל אז זיי האבן נישט געהאט קיין צוויי ברירות און האבן געמוזט צושפארן וויבאלד ס'איז אודאי נישט ראוי זיך צו רייצן בפרהסיא מיט די פעדעראלע רעגירונג. די קשיא איז אויף די וואס שימפן און האבן געלייגט לחץ אויף רבנים וואס האבן יא געקענט באשטיין צו האלטן אפן זייער שולן אויף א לעגאלע אופן לויט די רעגולאציעס.

יעצט ביינאכט העלפט שוין גארנישט אפי' מיט גארדס. שמירה האט אויפגעהערט די סערוויס איבעראל צוליב די לאקדאון וואס פארבאט בתי מדרשים.

די לאקדאון פארבאט נישט בתי מדרשים, נאר ריקעמענדעט נישט זיך פארזאמלן אין שול , און אויב וויל מען יא זאל דאס זיין נאר 50 מענטשען און 6 פוס אפגעריקט.

עיין באשכול: נוי יארק אן pause.
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך צו געזונט »

די אלע ראט"ש ןוא"ק הכ"ק גלל"ק און אנדערע ספרים וואס מען ברענגט דא. צו האט עטס פארדעם אויך געוואוסט די נעמען פון די צדיקים אדער בכלל די ספרים? פונקט אוואו די געגנער קראצען איצט אפיר מינים ממינים שונים ספרים אשר לא ידעו (מיט א קמץ אונטער די י') ולא ידעו (מיט א צירי אונטער די י')
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
אוועטאר
פומפדותא
שר האלפיים
תגובות: 2687
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 13, 2015 1:16 am

Re: וועלכע ביה״מד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך פומפדותא »

איסר האטלקי האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:איך הער אייער פוינט.
אויב האט א רב געמאכט זיין ריסוירטש, אין נישט מחמת חיסרון ידיעה, געקומען צום החלטה אז זיין ביהמ"ד זאל זיין אפען, קען/טאר מען נישט האבן קיין קשיות אויף איהם.

הונדערט פראצענט. ס'דא רבנים וואס האבן פשוט נישט געוואלט נעמען די אחריות, נישט יעדער האט די מעגליכקייט צו דינגען שומרים און אינפארסירן די רעגולאציעס. ווי אויך די בתי מדרשים פון די גרויסע קהילות נאך וואס זיי האבן באקומען א טעלעפאן קאל פון די ווייסע הויז איז זייער פארשטענדליך און נארמאל אז זיי האבן נישט געהאט קיין צוויי ברירות און האבן געמוזט צושפארן וויבאלד ס'איז אודאי נישט ראוי זיך צו רייצן בפרהסיא מיט די פעדעראלע רעגירונג. די קשיא איז אויף די וואס שימפן און האבן געלייגט לחץ אויף רבנים וואס האבן יא געקענט באשטיין צו האלטן אפן זייער שולן אויף א לעגאלע אופן לויט די רעגולאציעס.

יעצט ביינאכט העלפט שוין גארנישט אפי' מיט גארדס. שמירה האט אויפגעהערט די סערוויס איבעראל צוליב די לאקדאון וואס פארבאט בתי מדרשים.

די שולן וואס האבן נישט געהאט שמירה גייען ווייטער אן...
בילד
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4279
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך Kosher Travel »

לפנות בוקר האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי

און וואס איז די היתר צו גיין אין שול מיט א קאר, ער קען דאך ח"ו איינעם אראפקלאפן אויפ'ן גאס. ס'איז א גרויסע ספק צו עפ"י תורה און לויט די כללי ההלכה גייט די גאנצע מצב דא אריין אין די גדר אפילו פון א חשש רחוק מאד פון פיקוח נפש.

גוט ארויס געברענגט.. מ'קען אפשר צולייגן בדרך אפשר אז ווען דו דרייווסט א קאר האסטו א גרעסערע שאנס צו הרג'ענען א מענטש, ווי דו גייסט אין ביהמ"ד מיט קראנע.

נישט גוט ארויסגעברענגט.
אלע דאקטוירים האלטן אז מען ברויך איצטער זיך אפהאלטן פון זיך טרעפען מיט נאך מענטשען. א וואך צירוק האבן זיי עס נאך גערופן social distancing. היינט זאגן זיי שוין quarantine and shelter in place.

ווי איך האב אייביג געשריבן, זאג איך קלאהר, אין אני אומר קבלי דעתי. איך קען נישט געבן א פסק און ענינים פיקוח נפש ותפילה בציבור. אבער זייט ווען הערט מען נישט אויס רבנים? זיי געבען א קלארע פסק... מוז זיין ווייל זיי ווילען נישט נעמען אחריות. אדער ווייל מען האט זיי איינגערעדט, אדער ווייל דער ווייסע הויז האט געהייסן. איך האלט פונקט פארקערט. נעמען אחריות צו פארשפארן א ביהמ"ד אדער מקוה, דאס איז א גרויסע אחריות. און דאך האבן זיי אזוי געהייסן.

ווילסט רעדן וועגען קארס??? בכלל נישט דומה. יא, קארס איז א גרויסע סכנה. פארדעהם האבן מיהר רבנים מיט פוסקים, מיט א גמרא, מיט שו"ע. די גמרא רעדט שוין דערפון. פארוואס מעק א מענטש פארן מיט א שיף לצורך פרנסה, עס איז א קלארע סכנה. ממילא טייערע חברה, נעמט נישט קיין פסקים, און גיט נישט גיין פסקים אויף אייוועלט.

עס איז איין זאך צו זאגן מיין רב האלט אז איך זאל דאווענען מיט מנין. עס איז א צווייטע זאך צו מדמה זיין מילתא למילתא, אוועקמאכן די גרעסער רבנים, און זאגן אז די דאקטוירים זענען נישט גערעכט.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך דריידל »

Kosher Travel האט געשריבן:
לפנות בוקר האט געשריבן:
למדן וצדיק האט געשריבן:
צו געזונט האט געשריבן:יענעם'ס דעסיזשאן?
ער קאן הרג'נען איינעם וואס האט א שוואכערע אימיון סיסטעם, וואס יענער איז נישט געגאנגען אין שול, נאר איינקויפן א לאבעל ברויט אין גראסערי

און וואס איז די היתר צו גיין אין שול מיט א קאר, ער קען דאך ח"ו איינעם אראפקלאפן אויפ'ן גאס. ס'איז א גרויסע ספק צו עפ"י תורה און לויט די כללי ההלכה גייט די גאנצע מצב דא אריין אין די גדר אפילו פון א חשש רחוק מאד פון פיקוח נפש.

גוט ארויס געברענגט.. מ'קען אפשר צולייגן בדרך אפשר אז ווען דו דרייווסט א קאר האסטו א גרעסערע שאנס צו הרג'ענען א מענטש, ווי דו גייסט אין ביהמ"ד מיט קראנע.

נישט גוט ארויסגעברענגט.
אלע דאקטוירים האלטן אז מען ברויך איצטער זיך אפהאלטן פון זיך טרעפען מיט נאך מענטשען. א וואך צירוק האבן זיי עס נאך גערופן social distancing. היינט זאגן זיי שוין quarantine and shelter in place.

ווי איך האב אייביג געשריבן, זאג איך קלאהר, אין אני אומר קבלי דעתי. איך קען נישט געבן א פסק און ענינים פיקוח נפש ותפילה בציבור. אבער זייט ווען הערט מען נישט אויס רבנים? זיי געבען א קלארע פסק... מוז זיין ווייל זיי ווילען נישט נעמען אחריות. אדער ווייל מען האט זיי איינגערעדט, אדער ווייל דער ווייסע הויז האט געהייסן. איך האלט פונקט פארקערט. נעמען אחריות צו פארשפארן א ביהמ"ד אדער מקוה, דאס איז א גרויסע אחריות. און דאך האבן זיי אזוי געהייסן.

ווילסט רעדן וועגען קארס??? בכלל נישט דומה. יא, קארס איז א גרויסע סכנה. פארדעהם האבן מיהר רבנים מיט פוסקים, מיט א גמרא, מיט שו"ע. די גמרא רעדט שוין דערפון. פארוואס מעק א מענטש פארן מיט א שיף לצורך פרנסה, עס איז א קלארע סכנה. ממילא טייערע חברה, נעמט נישט קיין פסקים, און גיט נישט גיין פסקים אויף אייוועלט.

עס איז איין זאך צו זאגן מיין רב האלט אז איך זאל דאווענען מיט מנין. עס איז א צווייטע זאך צו מדמה זיין מילתא למילתא, אוועקמאכן די גרעסער רבנים, און זאגן אז די דאקטוירים זענען נישט גערעכט.

איך ווייס נישט וואס "אלע" אדער "רוב" דאקטורים האלטן, און איך קען דיך נישט אויפווייזן. איך ווייס אבער אז די רעגירונג איז זייער באזארגט די וויירוס זאל זיך נישט פארשפרייטן און זיי זענען אחראי אויף דעם, און דאך ערלויבן זיי שולן צו זיין אפען. סא פליז הער שוין אויף פארדרייען א קאפ. די ווילסט זאגן אז די האלטסט מ'זאל מער מחמיר סיין ווי די רעגירונג פארלאנגט? אקעי. אבער פארשטיי אז נישט יעדער מוז אזוי האלטן. נאך א זאך. אסאך רבנים דאווענען יא מיט מנין אין שול, סא הער אויף זאגן אז דער וואס גייט אין שול הערט נישט אויס רבנים.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
לב בשר
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 26, 2019 2:03 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך לב בשר »

וועלעכע רבנים האבן געדאוונט ביחידות דעם שבת?
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2330
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אביונה »

פסקו של הגר"מ שטרנבוך שליט"א הראב"ד
זייט מדייק זיין לשון....
בילד
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22696
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך סטיטשינער »

איך הער עפעס ער האט געפאסקנט אז די בעל קורא און די עולה קענען זיין אפגעריקט. איינער מיט אינפו?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
אוועטאר
א מחי'
שר חמש מאות
תגובות: 604
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 16, 2016 4:01 pm
לאקאציע: שקאַנאַנאָנג

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך א מחי' »

ליינער האט געשריבן:ווערטער זענען איבעריג
IMG-20200322-WA0057.jpg
IMG-20200322-WA0057.jpg (307.58 KiB) געזען 887 מאל



אנטשולדיג..
זינט דינסטאג זיצטו שוין אינערהיים???
דינסטאג זענען אלע שוהל'ן נאך געווען אפען...!!!
אהה! א מחי' צו זיין א איד!!
אדם ישר
שר חמישים
תגובות: 61
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 24, 2014 11:18 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך אדם ישר »



פארפאלען די זענען אמתדיגע רבנים!!!!!!!
אטעטשמענטס
6687D232-103B-449D-AEC9-191FD60D0028.jpeg
6687D232-103B-449D-AEC9-191FD60D0028.jpeg (109.05 KiB) געזען 696 מאל
יודישער
שר חמישים
תגובות: 98
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יוני 02, 2018 10:54 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך יודישער »

אדם ישר האט געשריבן:פארפאלען די זענען אמתדיגע רבנים!!!!!!!

כ'פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען "!!!!!!"

קען זיין די מצב אין לאנדאן איז ערגער ווי דאהי.
פארווייטאגט
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 14, 2019 1:29 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך פארווייטאגט »

אדם ישר האט געשריבן:פארפאלען די זענען אמתדיגע רבנים!!!!!!!


אודאי זענען זיי אמת'דיג , ווייל זיי פסק'נען לויט אייער געשמאק.

ולאמיתת הענין, ווען 20 דאקטורים פון גאלדערס גרין, באשולדיגן אייך אין דאס פטירה פון ג"ג חולים, וואלט איהר אויך אזוי געשריבן......

דאכצעך אז נאך רבנים האבן אויף דעם גע'חתמ'עט אבער זיי האבן צוריק געצויגן שפעטער.
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טראק דרייווער »

איך האב דורכגעליינט א גרויס חלק פון די בלעטער דא, און איך האב נאך אלס נישט געזעהן קיין נערמאלע תירוץ. פארוואס אויב פילע אנדערע פארוויילונג'ס ערטער קענען זיין אפן, קענען נישט קיין שוהל'ן [אדער חדרים] זיין אפן? יא אויף א באגרעניצטע פארנעם, אבער זיין אפן.

אויב א גראסערי אדער אנדערע וויכטיגע פלעצער קען זיין אפן, פארוואס קען נישט א שוהל זיין אפן? איינער האט א תירוץ פארדעם? איך האב נאך נישט געטראפן דא קיין נערמאלע תירוץ אויף די סימפל קאממאן סענס קשיא.

נאר די תירוץ איז, נעה.... א גראסערי "מיז" מען דאך..... מען האט נישט קיין אנדערע ברירה.... על כל פנים, די ש. מיט ה. מיט סיי וועלכע אנדערע פאליטישענ'ס האבן נישט קיין דעת תורה צו פארשטיין אז א שוהל "מיז" מען אויך. ווייל דאס פארשטייט יעדער אז א פלאץ וואס מען מיז דאס האלטן אפן, האלט מען דאס אפן.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
עציץ נקוב
שר האלף
תגובות: 1208
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 07, 2018 12:22 am

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך עציץ נקוב »

יודישער האט געשריבן:
אדם ישר האט געשריבן:פארפאלען די זענען אמתדיגע רבנים!!!!!!!

כ'פארשטיי נישט וואס די ווילסט ארויסברענגען "!!!!!!"

קען זיין די מצב אין לאנדאן איז ערגער ווי דאהי.

וואס איז שייך און פארוואס ווארטן אויף ערגער א פלאץ ווי די ווירוס פארשפרייט זיך איז נישטא קיין אנדערע וועג עס אפצושטעלען ווי לאנג עס איז נישטא קיין רפואה נאר דורך אפשטעלן פון פארשפרייטן מען דארף נישט ווארטען עס איז דא געניג טויטע אזוי אויך און ווי מער פארשפרייט אלס שווערער אפצושטעלן און עס קען און נאו טיים ווערן ערגער ווי עניווער
עס איז דא דריי סארטן ליגנט: ליגנט, פארשאלטענע ליגנט, און סטאטיסטיקס - מארק טוועין
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2284
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך טראק דרייווער »

טראק דרייווער האט געשריבן:איך האב דורכגעליינט א גרויס חלק פון די בלעטער דא, און איך האב נאך אלס נישט געזעהן קיין נערמאלע תירוץ. פארוואס אויב פילע אנדערע פארוויילונג'ס ערטער קענען זיין אפן, קענען נישט קיין שוהל'ן [אדער חדרים] זיין אפן? יא אויף א באגרעניצטע פארנעם, אבער זיין אפן.

אויב א גראסערי אדער אנדערע וויכטיגע פלעצער קען זיין אפן, פארוואס קען נישט א שוהל זיין אפן? איינער האט א תירוץ פארדעם? איך האב נאך נישט געטראפן דא קיין נערמאלע תירוץ אויף די סימפל קאממאן סענס קשיא.

נאר די תירוץ איז, נעה.... א גראסערי "מיז" מען דאך..... מען האט נישט קיין אנדערע ברירה.... על כל פנים, די ש. מיט ה. מיט סיי וועלכע אנדערע פאליטישענ'ס האבן נישט קיין דעת תורה צו פארשטיין אז א שוהל "מיז" מען אויך. ווייל דאס פארשטייט יעדער אז א פלאץ וואס מען מיז דאס האלטן אפן, האלט מען דאס אפן.


און טאמער איינער גייט מיר איינרעדן אז דאס איז די דעת תורה, וויל איך אים פארציילן אז דאס איז בובקע'ס. איך אליין האב גערעדט צו א פראמינענטע רב, און אזוי אגב האב איך אים פארציילט אז לויט די געזעץ מעג זיין אפן די בית מדרש, ער האט געגעבן א שפרינג אויף זאגנדיג: אזוי? די הצלה האט דאך פארשפרייט א צעטל אז די רעגירונג האט "באפוילן" צו פארשפארן די בתי מדרשים....

קאמענטארן זענען איבריג.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
בסד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3004
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 13, 2016 4:03 pm

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך בסד »

עפ"י הוראות מיין חשובע דיין שליט"א דאווען איך אונדערהיים, אזוי ווי ער. ער דאווענט אויך אונדערהיים.
ער זאגט אז מאכן א פריוואטע מנין איז יצא שכרו בהפסידו.
דער באשעפער וויל איך זאל לייגן מיין געפיל פון דאווענען בציבור אין די זייט, און טון ווי דער באשעפער וויל, דאווענען ביחידות.

עפ"י הוראות ר' מאשקאוויטש, בעל בית נאמן בישראל, איז ווער עס מאכט אפילו א קליינע מנין - א רוצח.
(נישט גענומען פון וואטסעפפ).
מפי זיינס א גאר נאנטע משפחה מיטגליד.
אוועטאר
ישוב הדעת
שר האלפיים
תגובות: 2818
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 11, 2018 4:34 pm
לאקאציע: רעקליינער

Re: וועלכע ביהמ"ד איז נאך אפן? מיט תנאים פארשטייט זיך

תגובה דורך ישוב הדעת »

ברוך השם געדאווענט היינט מעריב מיט מנין נאכן דאווענען ביחידות זייט שבת, האמיר דיסקאווערד א מנינים סענטער וואס גייט אן אינגרויסן מיט א לימיט פון פופציג אויף איינמאל.
By 2030 You Will Own Nothing And You Will Be Happy (WEF) Or vote in TRUMP
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”