אונגארישע הייזער האט געשריבן:אביונה האט געשריבן:טראק דרייווער האט געשריבן:עטליכע קרישקעלעך וואס איך האב נעכטן געהערט:
1. (נישט באשטעטיגט קראנט אבער ראוים הדברים...) הר"ר אלעזר ה. האט געהאט אפן די בית המדרש און מקוה שבת, אזוי ווי דער געזעץ ערלויבט. ערב שבת האבן אים די ה. מיט ש. געקאלט סטראשענען אז אויב מאכט ער נישט צו די בית המדרש דאן גייען זיי רופן פאליס וכדומה, האט ער זיי געלאזט ענדיגן רעדן, און דערנאך זיך אנגערופן אז נאך איין ווארט איך הער פון ענק, רוף "איך" פאליס אויף ענק, אז עט'ס קאלט'ס מיך סטראשענען פאר גארנישט און פארנישט, היות איך טוה אלעס לויט די געזעץ, די חברה האבן איינגעמאכט......
די מעשה וואס איך האב דא ערגעץ דערציילט איבער דעם אלטן רב וואס איז געלאפן אין מקוה פארגאנגענעם פרייטיג, איז טאקע געווען הר"ר אלעזר'ס פאטער.....
אפשר ביזטו מיר מסביר פארוואס ווען דו האסט דערציילט די מעשה איז מיר די ערשטע אויפגעשווימען אין געדאנק די געשטאלט פונעם מעליצער רבי'ן שליט"א..?
זעט אויס אז יראת שמים איז פון די זאכן וואס איז 'מילתא דעבודי לגלויי'