בלאט 1 פון 13

זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 6:59 pm
דורך וואס עפעס?
שטייענדיג אינמיט פונעם שווערע עפידעמיע איז דא א שווערע דעבאטע צו מען זאל לאזן אפען די מוסדות התורה.

וואו עס הייסט וועט די שטאטישע שולעס אין ניו יורק אפשפארען פון מארגן ביז אפריל 20

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:02 pm
דורך 1חכם
די מוסדות וועלן זיין אפען פאר נאך א וואך און דעמאלטס וועט זיין א חורבן ה''י

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:04 pm
דורך איסר האטלקי
מיידלעך יא, אינגלעך נישט.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:05 pm
דורך דברים אלו
איסר האטלקי האט געשריבן:מיידלעך יא, אינגלעך נישט.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:16 pm
דורך איך_וויל_יא
ווען די קינדער וועלן זיך דרייען אונטער די פיס
די ערשטע טאג וועט עס נאך זיין אביסל זיס
נאך עטליכע טעג וועלן זיי שוין זיין צודרייט
וועט שוין דאס בית המדרש ווען איבערגעדרייט
גאט זאל באהיטן
וואס וועסטו שוין האבן פארמיטן
צו די גאס אויסגעשטעלט
איבערדרייען די וועלט
לאז זיי ליבערשט אין חדר זיצן
און מיט די כח התורה דאס אריבערשוויצן
און כי עת חיים היא למחזיקים
וועלן זיי ווערן ניצל פון אלע מזיקים


נאר וואס יא אזוי ווי אלע יאנגעסטערס וועלן זיך דרייען אין די גאסן זאל מען זיין גערישטש אויף ליידיגע צייט אקציעס ווי די חברה וועלן ווערן ווילד און איינברעכן אין קארס וכדו'
און דער זעלבער מאיאר וואס האט געזאגט דעם המפיל אויף די פאבליק סוקלס וועט זאגן מתיר אסורים אן קיין בעיל!!

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:20 pm
דורך וואס טוט זיך
ניין.
סיי אלס גשמיות, און סיי אויך אלס רוחניות.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:22 pm
דורך ישראל_הלוי
כפי השמועה איז באבוב מארגן פארמאכט אינגלעך און מיידלעך. ישיבה איז אפן. בית יעקב פארמאכט.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:24 pm
דורך Kosher Travel
איעדער איינער אויף אייוועלט זאל לאזן זיין שטימע. ער זאל געבען א וואוט און אן ענין וואס איז פיקוח נפש. נאר איין קליינע טובה... ער זאל צושרייבן זיין credentials ווי ער איז געווארן אן expert אין infectious diseases, אזוי וועט זיין שיטה האבן עפעס א האפט.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:25 pm
דורך קיסריה
וואס פרעגט מען דא מיינונגען?

יעדער וועט טאן דאס וואס די רעגירונג הייסט.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:26 pm
דורך אידיש.טייפינג
כפי השמועה איז יעצט באשלאסן געווארן ביי אן אסיפה בבית כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) מיט די מנהלי המוסדות, אז די מיידלעך וועלן נישט האבן קיין סקול, כדי צו קענען נוצן אלע בניני המוסדות פאר די תלמוד תורה און ישיבה קטנות צעטיילט אוןיף קלענערע כיתות.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:32 pm
דורך פּשוט און פּראָסט
אידיש.טייפינג האט געשריבן:כפי השמועה איז יעצט באשלאסן געווארן ביי אן אסיפה בבית כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) מיט די מנהלי המוסדות, אז די מיידלעך וועלן נישט האבן קיין סקול, כדי צו קענען נוצן אלע בניני המוסדות פאר די תלמוד תורה און ישיבה קטנות צעטיילט אוןיף קלענערע כיתות.

און פון װי װעט מען פלוצים שאפן נאך אפאר הונדערט מלמדים?

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:42 pm
דורך Don't worry
מ'גייט סייווי צושפארן צום סוף. ווי פריער איז בעסער.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:42 pm
דורך מונאוויטש
פּשוט און פּראָסט האט געשריבן:
אידיש.טייפינג האט געשריבן:כפי השמועה איז יעצט באשלאסן געווארן ביי אן אסיפה בבית כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) מיט די מנהלי המוסדות, אז די מיידלעך וועלן נישט האבן קיין סקול, כדי צו קענען נוצן אלע בניני המוסדות פאר די תלמוד תורה און ישיבה קטנות צעטיילט אוןיף קלענערע כיתות.

און פון װי װעט מען פלוצים שאפן נאך אפאר הונדערט מלמדים?

מען וועט פארשפארן די כולל.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:43 pm
דורך יאנקעל פעדראטשיק
גראדע איז עס א געדאנק, די מיידלעך וועלן העלפן פסח'דיג מאכן און מקען אפזאגן די גוי'טעס, א גוטע עצה וואס זאל זיי געבן מוט צו העלפן איז אז מזאגט זיי אז מיט די געלט וואס מוואלט געדארפט געבן פאר די גויטע וועט מען זיי קויפן א מתנה, איך טוה עס אינמיטן די יאר אויב סמאכט זיך אמאל אז די גויטע קומט נישט אן, סארבעט א מחי', אמאל קויפט מען א געים אמאל 2-3 קאמיקס בוקס, און סקען נאך אויסקומען ביליגער אויך ווי די גויטע

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:45 pm
דורך ישראל_הלוי
אידיש.טייפינג האט געשריבן:כפי השמועה איז יעצט באשלאסן געווארן ביי אן אסיפה בבית כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהרי"י) מיט די מנהלי המוסדות, אז די מיידלעך וועלן נישט האבן קיין סקול, כדי צו קענען נוצן אלע בניני המוסדות פאר די תלמוד תורה און ישיבה קטנות צעטיילט אוןיף קלענערע כיתות.


געווען יעצט א פאון קאל פון יו טי עי אז דערווייל איז אלעס אפן מארגן געהעריג.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:58 pm
דורך איסר האטלקי
איינער ווייסט וואס איז מיט העד סטארט? אויך אפן?

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 7:59 pm
דורך Clm
אלעס געהעריג אפען סתם מהאקט....
טראכט פאר די שרייבסט פאקטען וואס די וואלסט געוואלט הערען

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:03 pm
דורך חושב מחשבות...
וואס פעלט אויס מיין וואויט, די מציאות וועט ממילא ברענגען פארשליסונגן.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:03 pm
דורך ישראל_הלוי
סטאלין חדר פארמאכט ביז 8טע גרעיד

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:05 pm
דורך שניי באל
די קלענערע קלאסן זאל מען פארמאכן, מ'גייט סייווי דארפן צומאכן אין אפאר טעג, ביטול תורה איז אויך נישט דא.

די עלטערע קינדער קען זיין יצא שכרו בהפסדו, אויב די קינדער גייען ארום לויפן אין די גאסן, איז ווי לענגער מ'קען זיי האלטען אין חדר איז בעסער.

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:07 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
איך לייג ארויס מיין קרידענשעלס אויפן פארלאנג פון קאושער-טרעוול, איך בין נישט אן expert אין infectious diseases, אויך נישט קיין דעת תורה, נאר א ריינע דעת בעה"ב, איך מיין אז מען מוז פארשפארן די מוסדות ווייל חלילה אויב די זאך פארשפרייט זיך זאל מען נישט קענען ווייזן די פינגער אויף די ארטאדאקסישע איד וואס פאר'סמ'ען די ברינעמ'ס, ביז יעצט זענען די פאבליק סקולס געווען אפן האט מען נישט געקענט צו אונז האבן טענות, אבער יעצט אז אונז וועלן ארויסשטיין אלץ די וואס פייפן זיך אן קען דאס פיטערן דעם גוי'ס העצע.

#דעת-בעה"ב

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:11 pm
דורך 1חכם
איינער זאל ארויפלייגען די ווידעא פון הרב שיף פון אנטוועפען

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:12 pm
דורך Goodmorning
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:איך לייג ארויס מיין קרידענשעלס אויפן פארלאנג פון קאושער-טרעוול, איך בין נישט אן expert אין infectious diseases, אויך נישט קיין דעת תורה, נאר א ריינע דעת בעה"ב, איך מיין אז מען מוז פארשפארן די מוסדות ווייל חלילה אויב די זאך פארשפרייט זיך זאל מען נישט קענען ווייזן די פינגער אויף די ארטאדאקסישע איד וואס פאר'סמ'ען די ברינעמ'ס, ביז יעצט זענען די פאבליק סקולס געווען אפן האט מען נישט געקענט צו אונז האבן טענות, אבער יעצט אז אונז וועלן ארויסשטיין אלץ די וואס פייפן זיך אן קען דאס פיטערן דעם גוי'ס העצע.

#דעת-בעה"ב

like

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:17 pm
דורך מומחה יוחס
סכנה רוחנית איז נישט ווייניגער ווי סכנה גשמית.....

געשריבן: זונטאג מארטש 15, 2020 8:20 pm
דורך ישלהוסיף
באבוב אפציעל פארמאכט סיי די אינגלעך בני ציון און סיי די מיידלעך בנות ציון, עפעקטיוו מארגן. דער ערשטע חסידישע מוסד דאס צו טוהן.

בית ברכה סטאלין האט שוין היינט געווען פארשלאסן.

מסילת בית יעקב מארגען אדער א טאג דערויף וועט זיין פארשלאסן.