בלאט 4 פון 13

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 9:45 am
דורך farshlufen
די סי די סי, האט גראדע אראפגעשטעלט ביידע צדדים פון די מטבע, פראקטיש גערעדט.

***

גרינפעלד האט בכלל איצט עפעס א פאזיציע?

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 9:54 am
דורך איסר האטלקי
farshlufen האט געשריבן:די סי די סי, האט גראדע אראפגעשטעלט ביידע צדדים פון די מטבע, פראקטיש גערעדט.

***

גרינפעלד האט בכלל איצט עפעס א פאזיציע?

ניין, גרינפעלד איז סתם מעורר אלס דעת תורה. ער טענ'ט אז אגודת ישראל האט געהייסן פארמאכן און אויך האט באבובע רב געהייסן צומאכן די מוסדות ממילא דארפן אלע רבנים און גדולי ישראל פאלגן דעת תורה... עפעס אזוי שרייט ער אויף טוויטער.

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 9:55 am
דורך farshlufen
אה, טאקע א תורא.

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 9:55 am
דורך הויעך
געשטימט צוצומאכן די חדרים אלס ונשמרתם מאוד לנפשתיכם, אבער כהאב יא געשיקט די קינדער געהעריג ווייל איך בין נאר א דעת בעה"ב (און איך זאג נאר וואס איך האלט דא אויף אייוועלט ווי מקומט זיך אביסעל אויסצושמועסן) און איך פאלג דעת תורה אפילו איך האלט אנדערש.

און שנית והעיקר מיין ווייב האלט נישט ביים בלייבן מיט די קינדער, און אונדערהיים איז זי די דעת בעה"ב

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 9:56 am
דורך abeg
האט מען פארמאכט די מוסדות בײ די סװײן פלו?

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 9:59 am
דורך abeg
אינז ברױכען נישט נאכגעשלעפט װערן פון די פױלע טיטשערס Union אין אימבאלימפערטע שטאטישע ארבערטערס

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:29 am
דורך maybeeynot
וואס קען אראנדזש קאונטי טוען צי אינפארסן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:34 am
דורך טשאלענט
[align=center]הנני מבטל דעתי העני' לדעת גדולי התורה ופוסקי דורינו!![/align]
פראקטיש גערעדט, פארמאכן די מוסדות וועט נישט קיין סאך העלפן פאר'ן וויירוס כידוע ליודעים!

א מנהיג ישראל האט א סייעתא דשמיא, און מיט'ן אייבערשטענס הילף קען נישט ארויס קומען קיין תקלה דערפון!

עלטערע אידן און מענטשן מיט א שוואכע אמיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
שפארט אייך איין (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!


אינגעלייטליך, און מענטשן מיט א געזונטע אימיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
גייטס ארבעטן, און גייטס אן מיט אייער לעבן ווי נארמאל (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!

הערטס אויף צו איינזייען פאניק, ווייל עס העלפט נישט גארנישט!!

אה... און פאר איך פארגעס...

ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:37 am
דורך קלאץ קשיא
טשאלענט האט געשריבן:ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...


זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט א קינדער געבענטשע פאמילע און זעהן אסאך אידיש נחת!....

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:37 am
דורך זינגער
איך בין געוועהן ביי די דוקטור פריער האט ער געשריגן, וואס איז פשט אז די מוסדות זענען נאך אפען... ס'איז ממש סכנת נפשות...

איך האף די מנהלים ווייסן וואס זיי טוען און זיי נעמען אחריות.

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:39 am
דורך מי יודע
זינגער האט געשריבן:איך בין געוועהן ביי די דוקטור פריער האט ער געשריגן, וואס איז פשט אז די מוסדות זענען נאך אפען... ס'איז ממש סכנת נפשות...

איך האף די מנהלים ווייסן וואס זיי טוען און זיי נעמען אחריות.

ס'האט גארנישט מיט די מנהלים, ס'האט מיט די מנהיגי הקהלות, און פונקט ווי מיר פארלאזן זיך אויף זיי ווען מען דארף דורכגיין סיי וועלכע מעדעצענישע פראצעדור פרעגט מען זיי, און מען טוט וואס זיי הייסן, והוא הדין בנידון דידן (מיר שיינט אז די וואס פארפירן קעגן, זענען אט די וואס האבן בכלל נישט קיין רבי, גוד לאק טו דעם)

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:40 am
דורך סארקאזי
קלאץ קשיא האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...


זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט א קינדער געבענטשע פאמילע און זעהן אסאך אידיש נחת!....

:lol: :lol: :lol: ;l;p-

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:44 am
דורך ישראל_הלוי
.

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:44 am
דורך מי יודע
וואס טוט זיך למעשה אין א"י? דארט זענען די מוסדות אפן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:46 am
דורך ארחיקה נדד
ישראל_הלוי האט געשריבן:.

ווי דערמאנט, דערווייל בלויז א רעקאמענדאציע, לכאורה א פראגע פון צייט ווען ס'וועט ווערן מענדעטארי

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:48 am
דורך דממה דקה
טשאלענט האט געשריבן:[align=center]הנני מבטל דעתי העני' לדעת גדולי התורה ופוסקי דורינו!![/align]
פראקטיש גערעדט, פארמאכן די מוסדות וועט נישט קיין סאך העלפן פאר'ן וויירוס כידוע ליודעים!

א מנהיג ישראל האט א סייעתא דשמיא, און מיט'ן אייבערשטענס הילף קען נישט ארויס קומען קיין תקלה דערפון!

עלטערע אידן און מענטשן מיט א שוואכע אמיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
שפארט אייך איין (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!


אינגעלייטליך, און מענטשן מיט א געזונטע אימיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
גייטס ארבעטן, און גייטס אן מיט אייער לעבן ווי נארמאל (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!

הערטס אויף צו איינזייען פאניק, ווייל עס העלפט נישט גארנישט!!

אה... און פאר איך פארגעס...

ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...

נישט אזוי זעהט אויס ביטול צו דעת גדולי ישראל.
דאס זעהט אויס ווי ביטול דעת גדולי ישראל לדעתי.

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:50 am
דורך שמשון הגיבור
ארחיקה נדד האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:.

ווי דערמאנט, דערווייל בלויז א רעקאמענדאציע, לכאורה א פראגע פון צייט ווען ס'וועט ווערן מענדעטארי


געהערט אז מהר״א מ׳סאטמאר האט פארארענט צו לאזן די מוסדות אפן.. אפילו מ׳וועט הייסן פארשליסן. ביז ווילאנג ס׳וועט נישט קומען צו קיין מצב אז פאליציי קומען אראפ עס צו פארסירן.

מסתמא וועט מען הערן ענליך פון אנדערע פראמאנענטע רבנים. אידישע קינדער שטעלן זיך צו צום רעגירונג, אבער מיט לימיטס..

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 10:54 am
דורך Goodmorning
איך פרעג נאכאמאל? פארוואס מיידלעך? זעט אויס מער א קעיס פון מורא האבן פון מאמעס

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 11:25 am
דורך הסרפד
דממה דקה האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:[align=center]הנני מבטל דעתי העני' לדעת גדולי התורה ופוסקי דורינו!![/align]
פראקטיש גערעדט, פארמאכן די מוסדות וועט נישט קיין סאך העלפן פאר'ן וויירוס כידוע ליודעים!

א מנהיג ישראל האט א סייעתא דשמיא, און מיט'ן אייבערשטענס הילף קען נישט ארויס קומען קיין תקלה דערפון!

עלטערע אידן און מענטשן מיט א שוואכע אמיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
שפארט אייך איין (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!


אינגעלייטליך, און מענטשן מיט א געזונטע אימיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
גייטס ארבעטן, און גייטס אן מיט אייער לעבן ווי נארמאל (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!

הערטס אויף צו איינזייען פאניק, ווייל עס העלפט נישט גארנישט!!

אה... און פאר איך פארגעס...

ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...

נישט אזוי זעהט אויס ביטול צו דעת גדולי ישראל.
דאס זעהט אויס ווי ביטול דעת גדולי ישראל לדעתי.

אינטערעסאנט אז וואו איך וואוין, די דעת-תורה פון די פארשידענע קהלות איז נישט געוועהן גלייך, אבער דער דעת-תורה האט זיך געטוישט לויט וויפיל די דעת-בעלי-בתים האט זיך גע'טענ'ט מיטן דעת-תורה, און יעצט איז דעת-תורה פה אחד אז אלע זאלן זיין פארמאכט...

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 11:28 am
דורך שמע ישראל
ס׳טאר דאך נישט זיין מער ווי 50 מענטשען אין איין פלאץ אין און חדר זענען דא מער ווי 50 קינדער, גייט מען פארשפארן די חדרים מארגען?

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 11:30 am
דורך תג נוצער
הסרפד האט געשריבן:אינטערעסאנט אז וואו איך וואוין, די דעת-תורה פון די פארשידענע קהלות איז נישט געוועהן גלייך, אבער דער דעת-תורה האט זיך געטוישט לויט וויפיל די דעת-בעלי-בתים האט זיך גע'טענ'ט מיטן דעת-תורה, און יעצט איז דעת-תורה פה אחד אז אלע זאלן זיין פארמאכט...

יעדע מקום איז אנדערש, שמעתי (מאחד שנכח שם) אז היינט צופרי האט האדמו"ר מהר"א געלאזט רופן דעם מנהל המוסדות און געזאגט, איך הייס טאקע די מוסדות זאלן בלייבן אפן, אבער איך וויל הערן וואס א לויער זאגט צו דעם, האט דער מנהל המוסדות געענטפערט, אז די רבי הייסט בלייבן אפן זענען מיר נישט נייגעריג וואס דער לויער זאגט, אונז פאלג מיר וואס די רבי הייסט!

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 11:34 am
דורך דממה דקה
תג נוצער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:אינטערעסאנט אז וואו איך וואוין, די דעת-תורה פון די פארשידענע קהלות איז נישט געוועהן גלייך, אבער דער דעת-תורה האט זיך געטוישט לויט וויפיל די דעת-בעלי-בתים האט זיך גע'טענ'ט מיטן דעת-תורה, און יעצט איז דעת-תורה פה אחד אז אלע זאלן זיין פארמאכט...

יעדע מקום איז אנדערש, שמעתי (מאחד שנכח שם) אז היינט צופרי האט האדמו"ר מהר"א געלאזט רופן דעם מנהל המוסדות און געזאגט, איך הייס טאקע די מוסדות זאלן בלייבן אפן, אבער איך וויל הערן וואס א לויער זאגט צו דעם, האט דער מנהל המוסדות געענטפערט, אז די רבי הייסט בלייבן אפן זענען מיר נישט נייגעריג וואס דער לויער זאגט, אונז פאלג מיר וואס די רבי הייסט!

די רבי וויל דאך הערן וואס די לויער זאגט!
פארוואס פאלגען נאר האלב פון די רצון פון רבי'ן?

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 11:39 am
דורך ניס קראכער
די מעשה איז לכאורה קיינצאל געווען
אזוי ווי רוב מעשיות אין די לעצטע וואך צייט...

צ/ק, ניין
ס'גייט במילא נישט קיין סאך העלפן צום מצב אויב עפעס נאר ערגער מאכן

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 12:22 pm
דורך חוח בין השושנים
זאגט מיר א חבר: כ'בין געבענטשט געווארן מיט זעקס לעכטיגע... מאנקיס, און א ווייב מיט שוואכע כוחות הנפש. וואס גייט זי טון מיט די זעקס באנדיטן ביז פסח? 1 טאג מיט זיי איז זייער אסאך !!
יעצט וויאזוי קען איך קאלטבלוטיג וואוטן 'יא' ??

געשריבן: מאנטאג מארטש 16, 2020 12:28 pm
דורך ניס קראכער
האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט יעצט קלארגעשטעלט אז מ'וועט טוען אלעס אין די וועלט אז די תלמוד תורה'ס זאלן בלייבן אפען

די רבי האט ארויסגעברענגט אז פארמאכן די שולעס גייט במילא נישט העלפן צו פארמיידן א פארשפרייטונג, צוליב וואס אידן האבן נישט קיין קאמפיוטערס-TV אין שטוב
אין דער עולם וועט זיך דרייען אין איבערגעבן די וויירוס אסאך מער ווי ווען ס'איז יא דא חדר

די רבי האט געזאגט אז מ'טוט אלעס אויפן לעגאלן פראנט אז די מוסדות זאל קענען אנגיין אן קיין שטער

וחי' עולם נטע בתוכינו