זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך פארמאכט דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכול שטימען: 240

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:45 am

די סי די סי, האט גראדע אראפגעשטעלט ביידע צדדים פון די מטבע, פראקטיש גערעדט.

***

גרינפעלד האט בכלל איצט עפעס א פאזיציע?
צוגעלייגטע
considerations-for-school-closure.pdf
(391.01 KiB) דאונלאודעד 68 מאל
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2930
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:54 am

farshlufen האט געשריבן:די סי די סי, האט גראדע אראפגעשטעלט ביידע צדדים פון די מטבע, פראקטיש גערעדט.

***

גרינפעלד האט בכלל איצט עפעס א פאזיציע?

ניין, גרינפעלד איז סתם מעורר אלס דעת תורה. ער טענ'ט אז אגודת ישראל האט געהייסן פארמאכן און אויך האט באבובע רב געהייסן צומאכן די מוסדות ממילא דארפן אלע רבנים און גדולי ישראל פאלגן דעת תורה... עפעס אזוי שרייט ער אויף טוויטער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 23985
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:55 am

אה, טאקע א תורא.
זמירות יאמרו ותשבחות ישמיעו כי הוא לבדו בורא רפואות.

אוועטאר
הויעך
שר האלף
תגובות: 1453
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 03, 2019 11:50 am
לאקאציע: קוק ארויף דארט אויבן

תגובהדורך הויעך » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:55 am

געשטימט צוצומאכן די חדרים אלס ונשמרתם מאוד לנפשתיכם, אבער כהאב יא געשיקט די קינדער געהעריג ווייל איך בין נאר א דעת בעה"ב (און איך זאג נאר וואס איך האלט דא אויף אייוועלט ווי מקומט זיך אביסעל אויסצושמועסן) און איך פאלג דעת תורה אפילו איך האלט אנדערש.

און שנית והעיקר מיין ווייב האלט נישט ביים בלייבן מיט די קינדער, און אונדערהיים איז זי די דעת בעה"ב
433
DONORS

$16,749

ווען משיח וועט קומען וועט ער ווייזען מיט די פינגער דאס זענען די קינדער דאס זענען די קינדער וואס האבן מקרב געווען די גאולה השלימה

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:56 am

האט מען פארמאכט די מוסדות בײ די סװײן פלו?

abeg
שר שלשת אלפים
תגובות: 3471
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 20, 2016 3:43 pm

תגובהדורך abeg » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:59 am

אינז ברױכען נישט נאכגעשלעפט װערן פון די פױלע טיטשערס Union אין אימבאלימפערטע שטאטישע ארבערטערס

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3405
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:29 am

וואס קען אראנדזש קאונטי טוען צי אינפארסן?
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
טשאלענט
שר האלפיים
תגובות: 2661
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

תגובהדורך טשאלענט » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:34 am

הנני מבטל דעתי העני' לדעת גדולי התורה ופוסקי דורינו!!
פראקטיש גערעדט, פארמאכן די מוסדות וועט נישט קיין סאך העלפן פאר'ן וויירוס כידוע ליודעים!

א מנהיג ישראל האט א סייעתא דשמיא, און מיט'ן אייבערשטענס הילף קען נישט ארויס קומען קיין תקלה דערפון!

עלטערע אידן און מענטשן מיט א שוואכע אמיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
שפארט אייך איין (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!


אינגעלייטליך, און מענטשן מיט א געזונטע אימיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
גייטס ארבעטן, און גייטס אן מיט אייער לעבן ווי נארמאל (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!

הערטס אויף צו איינזייען פאניק, ווייל עס העלפט נישט גארנישט!!

אה... און פאר איך פארגעס...

ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...
לעצט פאראכטן דורך טשאלענט אום מאנטאג מארטש 16, 2020 10:43 am, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
טשאלענט גמ"ח
ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך...

אוועטאר
קלאץ קשיא
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 06, 2018 11:59 am

תגובהדורך קלאץ קשיא » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:37 am

טשאלענט האט געשריבן:ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...


זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט א קינדער געבענטשע פאמילע און זעהן אסאך אידיש נחת!....

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1711
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 10:56 am

תגובהדורך זינגער » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:37 am

איך בין געוועהן ביי די דוקטור פריער האט ער געשריגן, וואס איז פשט אז די מוסדות זענען נאך אפען... ס'איז ממש סכנת נפשות...

איך האף די מנהלים ווייסן וואס זיי טוען און זיי נעמען אחריות.
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:39 am

זינגער האט געשריבן:איך בין געוועהן ביי די דוקטור פריער האט ער געשריגן, וואס איז פשט אז די מוסדות זענען נאך אפען... ס'איז ממש סכנת נפשות...

איך האף די מנהלים ווייסן וואס זיי טוען און זיי נעמען אחריות.

ס'האט גארנישט מיט די מנהלים, ס'האט מיט די מנהיגי הקהלות, און פונקט ווי מיר פארלאזן זיך אויף זיי ווען מען דארף דורכגיין סיי וועלכע מעדעצענישע פראצעדור פרעגט מען זיי, און מען טוט וואס זיי הייסן, והוא הדין בנידון דידן (מיר שיינט אז די וואס פארפירן קעגן, זענען אט די וואס האבן בכלל נישט קיין רבי, גוד לאק טו דעם)
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
סארקאזי
שר האלף
תגובות: 1267
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג פאברואר 08, 2016 8:49 pm

תגובהדורך סארקאזי » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:40 am

קלאץ קשיא האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...


זאל שנעל געהאלפן ווערן מיט א קינדער געבענטשע פאמילע און זעהן אסאך אידיש נחת!....

:lol: :lol: :lol: ;l;p-

ישראל_הלוי
שר האלף
תגובות: 1275
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 05, 2006 12:01 pm

תגובהדורך ישראל_הלוי » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:44 am

.
צוגעלייגטע
IMG-20200316-WA0015.jpg
IMG-20200316-WA0015.jpg (196.14 KiB) געזעהן 840 מאל

מי יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6960
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

תגובהדורך מי יודע » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:44 am

וואס טוט זיך למעשה אין א"י? דארט זענען די מוסדות אפן?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.

אוועטאר
ארחיקה נדד
שר האלף
תגובות: 1239
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובהדורך ארחיקה נדד » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:46 am

ישראל_הלוי האט געשריבן:.

ווי דערמאנט, דערווייל בלויז א רעקאמענדאציע, לכאורה א פראגע פון צייט ווען ס'וועט ווערן מענדעטארי
אָעוּפָה אֶשְׁכֹּנָה וְאַרְחִיקָה נְדֹד / בַּמִּדְבָּר אָלִינָה וְאוּלַי אֶמְצָא דּוֹד

יש מנהיג לבירה!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:48 am

טשאלענט האט געשריבן:הנני מבטל דעתי העני' לדעת גדולי התורה ופוסקי דורינו!!
פראקטיש גערעדט, פארמאכן די מוסדות וועט נישט קיין סאך העלפן פאר'ן וויירוס כידוע ליודעים!

א מנהיג ישראל האט א סייעתא דשמיא, און מיט'ן אייבערשטענס הילף קען נישט ארויס קומען קיין תקלה דערפון!

עלטערע אידן און מענטשן מיט א שוואכע אמיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
שפארט אייך איין (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!


אינגעלייטליך, און מענטשן מיט א געזונטע אימיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
גייטס ארבעטן, און גייטס אן מיט אייער לעבן ווי נארמאל (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!

הערטס אויף צו איינזייען פאניק, ווייל עס העלפט נישט גארנישט!!

אה... און פאר איך פארגעס...

ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...

נישט אזוי זעהט אויס ביטול צו דעת גדולי ישראל.
דאס זעהט אויס ווי ביטול דעת גדולי ישראל לדעתי.
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובהדורך שמשון הגיבור » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:50 am

ארחיקה נדד האט געשריבן:
ישראל_הלוי האט געשריבן:.

ווי דערמאנט, דערווייל בלויז א רעקאמענדאציע, לכאורה א פראגע פון צייט ווען ס'וועט ווערן מענדעטארי


געהערט אז מהר״א מ׳סאטמאר האט פארארענט צו לאזן די מוסדות אפן.. אפילו מ׳וועט הייסן פארשליסן. ביז ווילאנג ס׳וועט נישט קומען צו קיין מצב אז פאליציי קומען אראפ עס צו פארסירן.

מסתמא וועט מען הערן ענליך פון אנדערע פראמאנענטע רבנים. אידישע קינדער שטעלן זיך צו צום רעגירונג, אבער מיט לימיטס..
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א

Goodmorning
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובהדורך Goodmorning » מאנטאג מארטש 16, 2020 10:54 am

איך פרעג נאכאמאל? פארוואס מיידלעך? זעט אויס מער א קעיס פון מורא האבן פון מאמעס
שויתי ה' לנגדי תמיד

הסרפד
שר האלפיים
תגובות: 2496
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובהדורך הסרפד » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:25 am

דממה דקה האט געשריבן:
טשאלענט האט געשריבן:הנני מבטל דעתי העני' לדעת גדולי התורה ופוסקי דורינו!!
פראקטיש גערעדט, פארמאכן די מוסדות וועט נישט קיין סאך העלפן פאר'ן וויירוס כידוע ליודעים!

א מנהיג ישראל האט א סייעתא דשמיא, און מיט'ן אייבערשטענס הילף קען נישט ארויס קומען קיין תקלה דערפון!

עלטערע אידן און מענטשן מיט א שוואכע אמיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
שפארט אייך איין (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!


אינגעלייטליך, און מענטשן מיט א געזונטע אימיון סיסטעם! צו אייך רעדט מען!!!
גייטס ארבעטן, און גייטס אן מיט אייער לעבן ווי נארמאל (אויב אייער לעבן איז טייער...), און זייטס נישט ווי די אונגארישע!

הערטס אויף צו איינזייען פאניק, ווייל עס העלפט נישט גארנישט!!

אה... און פאר איך פארגעס...

ווער עס שטימט אויף פארמאכן די מוסדות, האט א ברירה צו האלטן זיינע זיסע קינדערלעך אינדערהיים...

נישט אזוי זעהט אויס ביטול צו דעת גדולי ישראל.
דאס זעהט אויס ווי ביטול דעת גדולי ישראל לדעתי.

אינטערעסאנט אז וואו איך וואוין, די דעת-תורה פון די פארשידענע קהלות איז נישט געוועהן גלייך, אבער דער דעת-תורה האט זיך געטוישט לויט וויפיל די דעת-בעלי-בתים האט זיך גע'טענ'ט מיטן דעת-תורה, און יעצט איז דעת-תורה פה אחד אז אלע זאלן זיין פארמאכט...

אוועטאר
שמע ישראל
שר מאה
תגובות: 134
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 17, 2019 1:59 pm

תגובהדורך שמע ישראל » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:28 am

ס׳טאר דאך נישט זיין מער ווי 50 מענטשען אין איין פלאץ אין און חדר זענען דא מער ווי 50 קינדער, גייט מען פארשפארן די חדרים מארגען?
א געשעפט האב איך..............

תג נוצער
שר חמש מאות
תגובות: 572
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 28, 2010 3:19 pm

תגובהדורך תג נוצער » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:30 am

הסרפד האט געשריבן:אינטערעסאנט אז וואו איך וואוין, די דעת-תורה פון די פארשידענע קהלות איז נישט געוועהן גלייך, אבער דער דעת-תורה האט זיך געטוישט לויט וויפיל די דעת-בעלי-בתים האט זיך גע'טענ'ט מיטן דעת-תורה, און יעצט איז דעת-תורה פה אחד אז אלע זאלן זיין פארמאכט...

יעדע מקום איז אנדערש, שמעתי (מאחד שנכח שם) אז היינט צופרי האט האדמו"ר מהר"א געלאזט רופן דעם מנהל המוסדות און געזאגט, איך הייס טאקע די מוסדות זאלן בלייבן אפן, אבער איך וויל הערן וואס א לויער זאגט צו דעם, האט דער מנהל המוסדות געענטפערט, אז די רבי הייסט בלייבן אפן זענען מיר נישט נייגעריג וואס דער לויער זאגט, אונז פאלג מיר וואס די רבי הייסט!

דממה דקה
שר שלשת אלפים
תגובות: 3007
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:34 am

תג נוצער האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:אינטערעסאנט אז וואו איך וואוין, די דעת-תורה פון די פארשידענע קהלות איז נישט געוועהן גלייך, אבער דער דעת-תורה האט זיך געטוישט לויט וויפיל די דעת-בעלי-בתים האט זיך גע'טענ'ט מיטן דעת-תורה, און יעצט איז דעת-תורה פה אחד אז אלע זאלן זיין פארמאכט...

יעדע מקום איז אנדערש, שמעתי (מאחד שנכח שם) אז היינט צופרי האט האדמו"ר מהר"א געלאזט רופן דעם מנהל המוסדות און געזאגט, איך הייס טאקע די מוסדות זאלן בלייבן אפן, אבער איך וויל הערן וואס א לויער זאגט צו דעם, האט דער מנהל המוסדות געענטפערט, אז די רבי הייסט בלייבן אפן זענען מיר נישט נייגעריג וואס דער לויער זאגט, אונז פאלג מיר וואס די רבי הייסט!

די רבי וויל דאך הערן וואס די לויער זאגט!
פארוואס פאלגען נאר האלב פון די רצון פון רבי'ן?
person-man-woman-camera-tv = genius

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 16, 2020 11:39 am

די מעשה איז לכאורה קיינצאל געווען
אזוי ווי רוב מעשיות אין די לעצטע וואך צייט...

צ/ק, ניין
ס'גייט במילא נישט קיין סאך העלפן צום מצב אויב עפעס נאר ערגער מאכן

אוועטאר
חוח בין השושנים
שר האלפיים
תגובות: 2320
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובהדורך חוח בין השושנים » מאנטאג מארטש 16, 2020 12:22 pm

זאגט מיר א חבר: כ'בין געבענטשט געווארן מיט זעקס לעכטיגע... מאנקיס, און א ווייב מיט שוואכע כוחות הנפש. וואס גייט זי טון מיט די זעקס באנדיטן ביז פסח? 1 טאג מיט זיי איז זייער אסאך !!
יעצט וויאזוי קען איך קאלטבלוטיג וואוטן 'יא' ??
אויב האסטו אויף מיר פאראיבל, טענות, מענות, א ויצעקו צו מאכן, א שטאך צו געבן, א קשיא צו פרעגן, אדער -להבדיל- א גוט ווארט צו זאגן טו עס ביטע דא.

אוועטאר
ניס קראכער
שר חמשת אלפים
תגובות: 5172
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג מארטש 16, 2020 12:28 pm

האדמו"ר מסאטמאר (מהר"א) שליט"א האט יעצט קלארגעשטעלט אז מ'וועט טוען אלעס אין די וועלט אז די תלמוד תורה'ס זאלן בלייבן אפען

די רבי האט ארויסגעברענגט אז פארמאכן די שולעס גייט במילא נישט העלפן צו פארמיידן א פארשפרייטונג, צוליב וואס אידן האבן נישט קיין קאמפיוטערס-TV אין שטוב
אין דער עולם וועט זיך דרייען אין איבערגעבן די וויירוס אסאך מער ווי ווען ס'איז יא דא חדר

די רבי האט געזאגט אז מ'טוט אלעס אויפן לעגאלן פראנט אז די מוסדות זאל קענען אנגיין אן קיין שטער

וחי' עולם נטע בתוכינו


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: היכלי און 16 געסט