זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכל שטימען: 240

Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

תגובה דורך Programming »

בעצם איז דאס א קאמפליצירטע שאלה מיט צדדים לכאן ולכאן (נישט אלס ביטול תשב"ר ווייל דאס איז דאך פשוט אז איין ספק ספיקא פון פיקוח נפש איז אלעס דוחה. נאר די שאלה איז פראקטיש וואס עס איז בעסער צו טון כדי צו פארמיידן די פארשפרייטונג פונעם וויירוס). אבער יעצט אז די (אין די פלעצער וואס די) רעגירונג האט שוין געהייסן אפשפארן איז דאך דאס שוין נישט קיין שאלה.
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובה דורך ציקוועטשטער »

נו שוין האט געשריבן:סהייבט זיך אן..

שטעלט זיך די מיליאן דאלארדיגע קוועסטשען מארק פראגע: מי שמך לפיש? ווער ביסטו צו שיסען באפעלן? גיי דיר צוריק טיילן עסן פאר הונגעריגע און פארמאך דיין לויזע מויל. לאז די מוסדות'ער טאהן וואס זייערע רוחניות'דיגע אחראים און דעת תורה פארשטייען.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

זע איך אז נויהויז האט געהייבן אבער הער גארנישט פון ויואל משה. עני אפדעיט? און וואס איז מיט פלעיגרופ זיי זענען לכאורה די ערגסטע קעריערס וואס לעקן אלעס.
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ישלהוסיף
שר שלשת אלפים
תגובות: 3139
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 14, 2011 10:57 pm

תגובה דורך ישלהוסיף »

באבוב נעמנט דאס ערנסט צוליב צוויי פון אירע מיטגלידער זענען געווארן געטעסטן פאסאטיוו.
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

פארוואס איז דעיוויד גרינפעלד אזוי ווילד? ער הערט נישט אויף טוויטן און זיכט זיך אהערצושטעלן ווי די דור'ס פארזארגער. נאכ'ן האמערן אזוי לאנג וועט זיין שווער צו איגנארירן און ווער ס'וועט נישט פארשפארן וועט הייסן א פאנאטיקער ווי די אנטיוואקסינערס.
איך נעם נישט קיין שטעלונג צו מ'דארף פארשפארן אדער נישט אבער אים דארף מען משתיק זיין. מ'קען זיך נישט לאזן פארדרייען דעם קאפ פון עפעס א היץ קאפ וואס דארף אטענשאן
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

הגאון רבי חיים שליטא האט זייער קלאר געזאגט מען זאל נישט שפארן וממיילא פון א תורא׳דיגע בליק פארשטיי איך בכלל נישט די וואס זאגן פארקערט

פון א דעת בעל הבית האלט איך אז מען זאל איינשפארן אלע העכער 60 יאר אלט והכול על מקומו יבוא בשלום

אדערווייל עסן די אלטע אין די שטיבלעך נאך שחרית די הערינג מיט קרעקערס און אז איינער קרומט מיטן נאז שרייט מען ״אביסעל ביטחון״...
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

און האבן די באשלוסערס געזען די טשארטס פון חילוקים און איטאליענער שטעט וואס מען האט פריער אפגעשפארט ווס פארקערט? און זעלענקאס מעסעדזש? און די סיטואציע און סיאטעל ווי נאר אונטער פערציג קען מען געראטעעועט וועלן דורך עקמאו צוליבן מאנגל?

זען מיר אויס ווי די אונגארישע וואס האבן געלאכט ביז די געטאוס?
שויתי ה' לנגדי תמיד
אוועטאר
ראש המערכה
שר חמש מאות
תגובות: 679
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 07, 2019 11:45 pm
לאקאציע: Upstate

תגובה דורך ראש המערכה »

ציקוועטשטער האט געשריבן:
נו שוין האט געשריבן:סהייבט זיך אן..

שטעלט זיך די מיליאן דאלארדיגע קוועסטשען מארק פראגע: מי שמך לפיש? ווער ביסטו צו שיסען באפעלן? גיי דיר צוריק טיילן עסן פאר הונגעריגע און פארמאך דיין לויזע מויל. לאז די מוסדות'ער טאהן וואס זייערע רוחניות'דיגע אחראים און דעת תורה פארשטייען.

הרב ציקוועטשטער, כ'האף די ביסט נישט באזארגט אז איינער רעכנט זיך מיט די דיעות דא..., אבער פשוט איבערציקייען די זאך...האלטעך מזאל בלייבן אפען ווילאנג מ'קען.
קיינער וייסט נישט פאקטען און וואס איז ריכטיגער איז אויך נישט שווארטץ אויף ווייס...
מ'דארף טוהן מינימאלע הישתדלות מיט א תפילה דערצו.
שפארען מוסדוס טוט מען נאר נאכן זיין געטצווינגען נישט ווען די נייעס לייגט פאניק.
אויב מיינסטו ביזט צו קליין צו קענען אויפטוהן...
ביסטו קיינמאל געוועהן לעבן א מאסקיטא...
ציקוועטשטער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 10, 2010 2:29 pm
לאקאציע: אין קוועטש פלאץ

תגובה דורך ציקוועטשטער »

מיר געפעלט נישט זיין באסאווערישע באפעלן ווי כאילו ער איז געשטעלט דערויף און שיסט באפעלן אויף א סטראשעדיגען טאון אוו טעקסט..

ערעב (?) איד, גייט אייך פון דאנעט (פרוביר עס צו טייטשן אויף א גוי'אישן גראבע אויסדרוק). דעטס איט איך קען דערווייל זאגן אויף אים.
אז מען קוועטשט ווערט מען א ציקוועטשטער
אוועטאר
לעכטל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3988
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

תגובה דורך לעכטל »

טייערע חבירים:
איך פארשטיי נישט וואס איז די רעדע דא, אז די שטאט הייסט פארמאכן, איז פארמאכט,
און וואס וועט זיין מיט די תורה?!
איך מיין אז עס איז נישט דא קיין גזירה בכלל ענטקעגן תורה, אלע ת"ת פראבירן טאקע צו טראכטן ווי אזוי מען קען אנהאלטן די בעסטע וואס מען קען (צופיל איז נישט שייך) צו מיט האט-ליינס צו אנדערע זאכן,
אבער אפשר גאר וויל השי"ת אביסל אויספראבירן צו זעהן צו ס'איז נאך דא אידישע טאטעס וואס האבן נאך א טראפ נערווין צו לערנען מיט זייערערע קינדער..?
איך מיין אז נאכדעם וואס אונזערע מוסדות התורה איז אינטער פארגערעסרינג גלאז מיט די גזירות החינוך וכדו' איז נישט כדי זיך ארימצישפילן מיטן געזעץ.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
ארחיקה נדד
שר חמשת אלפים
תגובות: 5907
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 9:11 pm
לאקאציע: מ'וואנדערט

תגובה דורך ארחיקה נדד »

הרב לעכטל
דערווייל איז נאכנישט דא קיין באפעל פון די רעגירונג צו פארשפארן די פריוואטע שולעס און די סיטי
בלויז א רעקאמענדאציע
כבוד המנהל, ווען קומט א המשך?
אפענע וועלט
שר חמש מאות
תגובות: 938
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 17, 2015 3:26 pm

תגובה דורך אפענע וועלט »

Goodmorning האט געשריבן:
זען מיר אויס ווי די אונגארישע וואס האבן געלאכט ביז די געטאוס?


גא"מ. אל תפתח פה. אבער די מצב איז גאר ענליך. עס איז צייט א יעדער יחיד זאל מאכן באשליסן איבער פיקוח נפש.
געדעקט, דאס איז א זאך וואס 'קיינער' ווייסט נישט פאראויס ווי אזוי זאכן וועלן גיין
די וועלט ענדיגט זיך נישט ביי אייוועלט, וואטסעפ און בחצרות. זעצט אייך לערנען וועט איר טרעפן א נייע וועלט.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

ישלהוסיף האט געשריבן:באבוב נעמנט דאס ערנסט צוליב צוויי פון אירע מיטגלידער זענען געווארן געטעסטן פאסאטיוו.


אויב די שרעקעדיגע מעשיות וואס יונה כהן דערציילט אויף קול מבשר זענען אמת, איז זייער מעגליך אז אין יעדע קהילה זענען שוין דא אנגעשטעקטע, זיי האבן נאר מורא צו זאגן.
אוועטאר
שמשון הגיבור
שר חמישים ומאתים
תגובות: 324
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
לאקאציע: אויפן פראנט

תגובה דורך שמשון הגיבור »

אויב דאס איז ריכטיג איז עס א גאר גינסטיגע נייעס. ווייל עס מיינט בהכרח אז די טויט ראטע איז טויזענטער מאל נידריגער ווי די יעצטיגע [שוין אזוי אויך נידריגע] שאצונגען.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

כאפ איך נישט פונקטליך דער דיון דא
אז איינער דא האלט אז סי'ז ממש אזוי געפערליך ווי די אונגערישע מיט די געטא'ס, זאל מוחל זיין נעמען די קוראדזש, און האלטן זיינע קינדער אינדערהיים היינט...., אז דו האסט נישט קיין אייגענע קוראדזש עס צו טוהן, דאן פאר מיט מיטן באן ביז אוישוויץ, אויף וועמען האסטו טענות??
סי'ז דאך פארט אביסל בעסער ווי דעמאלטס, ווייל דעמאלטס האט מען געצווינגען צו גיין, אבער יעצט ווער צווינגט דיך??
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
געוואלדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 434
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 02, 2015 4:26 pm

תגובה דורך געוואלדיג »

דער נייער כלל ישראל פארטרעטער, דער קאלידזש גראדואירטער אפיקורס און משכיל וואס ברענגט אריין ציוניזם וכל מרעין בישין אין אונזער מוסדות, האט שוין ב"ה א נייע מיסיע, זיך זארגן פאר כלל ישראל'ס געזונט, און כמובן ברבים און בשפת המדינה, אז ער זאל נאך קענען, נאכן פארמערן שנאת ישראל, קומען ווי דער לעשער און פארדאמען אנטיסעמיטיזם,

גיי דיר וואו די שווארצע פעפער וואקסט און לאז ארויס כלל ישראל פון דיינע לאפעס, מיר האבן נאך ב"ה מנהיגי ישראל וואס לאורם אנו הולכים, זאל דער זרזיר גיין צום עורב און אונז לאזן במנוחה.
לייפציק האט געשריבן:
לעבן איז א גרויסע סכנה, מ'איז אויסגעשטעלט צו כל מיני זאכן, פאר געשטארבענע מענטשן שאדט גארנישט,
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

אביונה האט געשריבן:כאפ איך נישט פונקטליך דער דיון דא
אז איינער דא האלט אז סי'ז ממש אזוי געפערליך ווי די אונגערישע מיט די געטא'ס, זאל מוחל זיין נעמען די קוראדזש, און האלטן זיינע קינדער אינדערהיים היינט...., אז דו האסט נישט קיין אייגענע קוראדזש עס צו טוהן, דאן פאר מיט מיטן באן ביז אוישוויץ, אויף וועמען האסטו טענות??
סי'ז דאך פארט אביסל בעסער ווי דעמאלטס, ווייל דעמאלטס האט מען געצווינגען צו גיין, אבער יעצט ווער צווינגט דיך??


נארישקייטן, עס איז נישט מיינע קינדער וואס האבן דעם פראבלעם דא, עס איז די עלטערע און קראנקע אידן, פון האלטן מיינע קינדער אינדערהיים וועל איך גארנישט אויפטון, אבער ווען יעדנס קינדער זענען אינדערהיים קען עס אפשר אויפטון .

איך האב נישט קיין מיינונג אין די עצם זאך, די cdc האט נאך אפי' נישט רעקאמענדירט שולע שליסונגען , און ביזדערווייל זעהט אויס ווי די רעגירונג באשלוסן דערוועגן זענען מער פאליטיק ווי סייענס בעיסד.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3677
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

תגובה דורך יואל שרייבער »

אויך דארף מען אפשטעלן די סעלף העיטינג שפּיל כאילו די גאנצע וועלט האט זיך מורא'דיג דערשראקן, און נאר אונז יודן זענען די פראבלעם ח''ו, פאר א סיבה האט מען געמוזט ארויסגעבן א מאנדאט צוצושפארן אלע בארס און פארברענגען צענטערן ווייל אלעס איז געווען פיל ביז יעצט, דער מצב ביי אונז איז פונקט ווי איבעראל, עס איז פשוט שער טבע האנושי נישט צו וועלן קוקן די מציאות אין פנים.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

תגובה דורך הסרפד »

יואל שרייבער האט געשריבן:אויך דארף מען אפשטעלן די סעלף העיטינג שפּיל כאילו די גאנצע וועלט האט זיך מורא'דיג דערשראקן, און נאר אונז יודן זענען די פראבלעם ח''ו, פאר א סיבה האט מען געמוזט ארויסגעבן א מאנדאט צוצושפארן אלע בארס און פארברענגען צענטערן ווייל אלעס איז געווען פיל ביז יעצט, דער מצב ביי אונז איז פונקט ווי איבעראל, עס איז פשוט שער טבע האנושי נישט צו וועלן קוקן די מציאות אין פנים.

ווען מען קען ווייזן אויף א באצייכנטע גרופע, וועט מען פיינט האבן די גרופע.
ווייסטו וואס פאר א האסע גייט יעצט פאהר אין דרום קארעא קעגן דעם כת וואס האט נישט געפאלגט די רעגירונג'ס באווייזונגן, און האט צו גערבאכט צו א גרויסע פארשפרייטונג פון דעם מחלה? (איין מיטגליד האט עס פארשפרייט צו 1200 מענטשן! און יענער איז נער געוועהן דער 31'טער באקאנטע פאל דארט.)
חקרן
שר מאה
תגובות: 141
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובה דורך חקרן »

רבותי פארוואס כאפט מען נישט דאס איז נישט קיין שפיל ס'איז א קריזיס
יא א ת''ת פארשפרייט די מערסטע/שנעלסטע א מגיפה והדברים פשוטים וויבאלד מקומט פון אלע עקן שטאט צוזאם און א פארמאכטע פלאץ דערנאך ווערט עס פארשפרייט
דאס איז אנדערש ווי א לאקאלע געשעפט ביהמ''ד וכו' יעדע אזא איינשטאלט האט די שטערקסטע כח צו פארשפרייטן מחלות ה''י
נא ונא נעמט נישט פאר לייכט די סיטואציע
קיינער וויל נישט אויסקוקן ווי איטאליע ה''י
און מ'איז אויפן וועג היל''ת צו אויסקוקן אזוי נא חס על נפשותיכם
און אויף עלטערע אידן א
ון אידן מיט געזונטהייט פראבלעמען נישט קראנקהייטן
מ'רעדט פון מענטשען וואס זענען געזונט און שטארק נאר האבן א געוויסע צושטאנד וואס שטערט איהם נישט געווענטליך און לעבן
און די מגיפה קען איהם/איר אוועק הארגענען
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון
Goodmorning
שר חמשת אלפים
תגובות: 5419
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 06, 2018 2:32 pm

תגובה דורך Goodmorning »

ווען די מוסדות לאזן נאר אפען פאר גרעסערע אינגלעך פארשטיי איך אויך אז די לימוד תורה באשוצט. פארוואס דארפן אבער פרי נורסערי מיידעלעך לעקן די טויס צוזאמען?
שויתי ה' לנגדי תמיד
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

יואל שרייבער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:כאפ איך נישט פונקטליך דער דיון דא
אז איינער דא האלט אז סי'ז ממש אזוי געפערליך ווי די אונגערישע מיט די געטא'ס, זאל מוחל זיין נעמען די קוראדזש, און האלטן זיינע קינדער אינדערהיים היינט...., אז דו האסט נישט קיין אייגענע קוראדזש עס צו טוהן, דאן פאר מיט מיטן באן ביז אוישוויץ, אויף וועמען האסטו טענות??
סי'ז דאך פארט אביסל בעסער ווי דעמאלטס, ווייל דעמאלטס האט מען געצווינגען צו גיין, אבער יעצט ווער צווינגט דיך??


נארישקייטן, עס איז נישט מיינע קינדער וואס האבן דעם פראבלעם דא, עס איז די עלטערע און קראנקע אידן, פון האלטן מיינע קינדער אינדערהיים וועל איך גארנישט אויפטון, אבער ווען יעדנס קינדער זענען אינדערהיים קען עס אפשר אויפטון .

איך האב נישט קיין מיינונג אין די עצם זאך, די cdc האט נאך אפי' נישט רעקאמענדירט שולע שליסונגען , און ביזדערווייל זעהט אויס ווי די רעגירונג באשלוסן דערוועגן זענען מער פאליטיק ווי סייענס בעיסד.


Just think a minute! A person driving a car and killing a other human being ! Even if that person walked out in middle of the car and the driver is not at fault ! He will still carry a whole life a guilty conscience! By not being careful now even if u will never become sick
(Moshe Friedman credit)
Growth hacker
שר חמש מאות
תגובות: 957
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm

תגובה דורך Growth hacker »

חקרן האט געשריבן:רבותי פארוואס כאפט מען נישט דאס איז נישט קיין שפיל ס'איז א קריזיס
יא א ת''ת פארשפרייט די מערסטע/שנעלסטע א מגיפה והדברים פשוטים וויבאלד מקומט פון אלע עקן שטאט צוזאם און א פארמאכטע פלאץ דערנאך ווערט עס פארשפרייט
דאס איז אנדערש ווי א לאקאלע געשעפט ביהמ''ד וכו' יעדע אזא איינשטאלט האט די שטערקסטע כח צו פארשפרייטן מחלות ה''י
נא ונא נעמט נישט פאר לייכט די סיטואציע
קיינער וויל נישט אויסקוקן ווי איטאליע ה''י
און מ'איז אויפן וועג היל''ת צו אויסקוקן אזוי נא חס על נפשותיכם
און אויף עלטערע אידן א
ון אידן מיט געזונטהייט פראבלעמען נישט קראנקהייטן
מ'רעדט פון מענטשען וואס זענען געזונט און שטארק נאר האבן א געוויסע צושטאנד וואס שטערט איהם נישט געווענטליך און לעבן
און די מגיפה קען איהם/איר אוועק הארגענען
Same is with weddings, I couldn't believe why People are going and shaking hands, That's Crazy
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובה דורך אביונה »

Growth hacker האט געשריבן:
יואל שרייבער האט געשריבן:
אביונה האט געשריבן:כאפ איך נישט פונקטליך דער דיון דא
אז איינער דא האלט אז סי'ז ממש אזוי געפערליך ווי די אונגערישע מיט די געטא'ס, זאל מוחל זיין נעמען די קוראדזש, און האלטן זיינע קינדער אינדערהיים היינט...., אז דו האסט נישט קיין אייגענע קוראדזש עס צו טוהן, דאן פאר מיט מיטן באן ביז אוישוויץ, אויף וועמען האסטו טענות??
סי'ז דאך פארט אביסל בעסער ווי דעמאלטס, ווייל דעמאלטס האט מען געצווינגען צו גיין, אבער יעצט ווער צווינגט דיך??


נארישקייטן, עס איז נישט מיינע קינדער וואס האבן דעם פראבלעם דא, עס איז די עלטערע און קראנקע אידן, פון האלטן מיינע קינדער אינדערהיים וועל איך גארנישט אויפטון, אבער ווען יעדנס קינדער זענען אינדערהיים קען עס אפשר אויפטון .

איך האב נישט קיין מיינונג אין די עצם זאך, די cdc האט נאך אפי' נישט רעקאמענדירט שולע שליסונגען , און ביזדערווייל זעהט אויס ווי די רעגירונג באשלוסן דערוועגן זענען מער פאליטיק ווי סייענס בעיסד.


Just think a minute! A person driving a car and killing a other human being ! Even if that person walked out in middle of the car and the driver is not at fault ! He will still carry a whole life a guilty conscience! By not being careful now even if u will never become sick
(Moshe Friedman credit)

זאגזשע, האסטו געלאזט דיינע קינדער אינדערהיים היינט? יא אדער ניין?, באשולדיג נישט קיינעם בעפאר דו אליינס נעמסט שריט!
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
איך_וויל_יא
שר מאה
תגובות: 175
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 08, 2013 2:59 pm

תגובה דורך איך_וויל_יא »

איך ווייס נישט לגבי קארונע וועגן חדרים

ביי די מאמפס פרשה מיט א שיינע פאר יאר צוריק זענען רוב אנגעשטעקטע געווען קינדער אדער איינגעשטעלטע וואס האבן עס אריבערגעכאפט אין די חדרים און אין סקולס,
דארטן איז דא די גרעסטע מעגליכקייט פאר קינדער צו כאפן די וויירוס אפילו לייכטערהייט, אלזא עס איז דא א הסבר, אבער ווילאנג עס איז דא א דעת תורה, דארף מען זיך האלטן צו וואס זיי הייסן!
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”