זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די ״ קואראנע וויירוס״ אויסברויך?

די וואלן האבן זיך געשלאסן דינסטאג מארטש 17, 2020 6:59 pm

יא
88
37%
ניין
137
57%
קיין איינס - זיי מסביר ביי די תגובות
15
6%
 
סך הכל שטימען: 240

אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך למעלה משבעים »

מיכל הירש האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:רבּנים האבּן דאס אפּגעמאכט,זײ זענען די אײנציגסטע װאס װײסן די דעמעדש בּגשמיות װאס נישט האבּן חדר מאכט אן.

איך האבּ בּאקומען די אינפא װען כ׳האבּ געגעבּן א חלק פוין מײן הויז בּ״ה פאר די צװעק

קענסט אפשר מיטטיילן נעמען?

ניין, קיין נעמען קומט נישט צו געבן. גענוג געווען די היץ ביז יעצט. לעת עתה ווייסט יעדע בר בי רב פון וואספארא סכנה מען רעדט, מען קען שוין מער נישט האקן אין קאפ דעם ליגנט אז מען האט זיי פארדרייט דעם קאפ אז ס'איז נישט קיין סכנה אדער אז זיי ווייסן נישט, און אויב אעפ"כ האבן זיי דאס מחליט געווען איז דאס געקומען נאכן דאס קלאר דורכטראכטן, און ס'קומט זיי נישט קיין פעטש אדער היץ דערפאר. און זיכער דארף אייוועלט נישט זיין די פלאץ פון ווי מען זאל באקומען נעמען וועם צו טערארעזירן!
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך yoel2124441100 »

אבי איינער האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:רבּנים האבּן דאס אפּגעמאכט,זײ זענען די אײנציגסטע װאס װײסן די דעמעדש בּגשמיות װאס נישט האבּן חדר מאכט אן.

איך האבּ בּאקומען די אינפא װען כ׳האבּ געגעבּן א חלק פוין מײן הויז בּ״ה פאר די צװעק

איז ווי איך פארשטיי זאגסטו אז די רבנים האבן אפגעמאכט צוריק צו עפענען די חדרים, אן באקומען באשטעטיגונג פון די מומחים אז דאס איז סעיף?

רבּנים װאס קענען הלכות און פּראקטיק,קײן אנונג צו װעם זײ האבּן גערעדט
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך נכד »

עס איז לעניות דעתי זייער איינגעשטעלט.

וויפיל כווייס אליין צוויי ערטער.

זיי האבן נישט באשפריצט אדער עטוואס אויסגערייניקט די ערטער!

אויב 25 צו 35 קינדער קומען זיך צוזאם פארוואס נישט אין קיין געהעריגע בנינים?

אויב איז דאס נישט קיין סכנה פארוואס נישט קיין עמטליכע מודעה אונטערן קעפל פון אונזערע געטרייע הנהלות??

זיי האבן נישט קיין מאסק! נישט קיין הענטשוך!

עס איז פשטות די זעלבע סארט בריאים וואס דאווענען אין בתי מדרשים און שמועסן אינאיינעם און באטאפן אלעס ארום און שטייען קלאר נישט אפגעריקט און טראכטן ליידער נישט פון יענעם.

חכמים להרע!! הזהרו במעשיכם!!
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8836
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך ניס קראכער »

פאר ווער ס'פארשטייט
מען האט אסאך מער מורא פון די היימישע א.ג. פארשטייערס
ווי פון די שטאטישע טאטעס
ודי...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך באקסער בוים »

אבי איינער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:עס איז ארומגעגאנגן א טעלעפאן קאל בשם סאטמאר וומסב''ג אז זיי פלאנען צו עפענען אין פריוואטע הייזער. איז דאס אמת? קומט דאס פון די מוסדות?

יא

ווער נעמט די אחריות אויב אידן וועלן געשלאגן ווערן מיט די מגיפה צוליב דעם?

איך ווייס נישט, אבער די מציאות איז אז רוב תלמיד תורות אין וויליאמסבורג האבן היינט אנגעפאנגען חדר יעדע קלאס אין א אנדערע לאקאציע, בעיסמענט, בוידעם, שול וכדומ', די אלע מוסדות האבן מנהיגים, רבנים, א רחניות'דיגע הנהלה און א גשמיות'דיגע הנהלה וואס האבן אבוועסלי מחליט געווען אז מ'זאל פראבירן אנצוהייבן אויף דעם פארנעם.

מיין ארימע פרעזענליכע מיינונג איז אז ביי אונז איז די וויירוס שוין מער ווייניגער אווער מיט פרישע קעיסעס, אונז האמיר לכאורה אנגעפאנגען צו קרענקן פריער ווי רוב באפעלקערונג אין נוא יארק, א פורים ווי כמעט יעדער באזוכט אומצאליגע שטובער, און מ'טאנצט און מ'קושט זיך האט שוין מער ווייניגער אנגעשטעקט אונזער ציבור נאך פאר די רעגירונג האט אפי' געוויסט צו זאגן פון סאושעל דיסטעסינג, און רובא דרובא ציבור האט שוין געהאט עטוואס פיבער אדער אנדערע סיפטאמען פון די וויירוס נאך פאר יו"ט פסח, און מ'הערט שוין זייער ווייניג יעצט פון מענטשן וואס זאלן יעצט ערשט באקומען די וויירוס,

די מציאות איז אז אויף יו"ט פסח זענען רובא דרובא בתי מדרשים אין וויליאמסבורג געווען אפן למחצה ולשליש, אינקלודעט כמעט אלע סאטמארע (מהר"יי) גרעסערע שולן און מקוואות, במשך די יום טוב און אזוי אויך דעם שבת זענען די גאסן געווען גוט פיל, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די ערשטע פאר שבתים ווען די גאסן זענען געווען דעזערטירט, סאו אויב דער עולם דרייט זיך יא אינדערויסן זאל כאטש זיין חדר פאר די אינגלעך.

בכלל איז גוט צו וויסן אז דיני נפשות איז מען נישט דאן מיט קיין סברות, (מסתם האט שוין יעדער געהאט, ביי אונז איז עס שוין פאריבער, וכו' וכו') און מען ציט נישט קיין מסקנות פון פריערדיגע עוולות (בתי מדרשים זענען סיי ווי אפן, פיצא סטארס זענען פיל וכו' וכו')
ווען עס איז די רעדע פון פאטענציאל אריינלייגן אידן אין א לעבנס געפאר דארף מען דאס דורכטוען מיט מומחים אין די ספעציפישע נושא

קודם כל איך האב גאר נישט מחליט געווען, איך בין נישט קיין דיין, קיינער פון די וואס זענען מחליט האבן מיך נישט געפרעגט, כ'האב נאר געשריבן אז די מציאות איז אז חדר האט זיך אנגעפאנגען ביי רוב קינדער אין וויליאמסבורג.

נאכדעם האט מען דן געווען צו די אייוועלט שרייבערס און ליינערס (וואס מאכן נישט קיין החלטות) האלטן דערפון צו נישט האב איך ס"ה געשריבן מיין ארימע מיינונג אז כהיום וואס די מציאות איז אז כמעט אלע שולן זענען אפן אין וויליאמסבורג! (בד"וו, די אלע שולן האבן א רב, דיינים וכדומ', וואס וואלטן געקענט האלטן די שולן פארשפארט, איך ווייס נישט וויפיל די רבנים און דיינים קענען די סטאטיסטיקס און נאמבערס צו מ'קרעיווט די הילל צו נישט, אבער די מציאות איז אז זיי האלטן כמעט אלע אפן זייערע שולן) די געשעפטן ווייטער זענען כמעט אלע אפן יעדער וויפיל מ'קען, איך בין געווען א וואך פאר פאר פסח ביי מעזרעלע איך וויל דיר נישט זאגן וויאזוי דארט האט אויסגעקוקט, די זעלבע ערב יום טוב אין די זשודעיקע סטאר, אדער פרייטאג אינדעפרי ביי טויבערס פיש, די מציאות איז אז ביי טויזענטער מענטשן אין וויליאמסבורג גייט דאס לעבן אן געהעריג (יא גערעכט צו נישט גערעכט) די גאסן זענען פיל, די שולן זענען פיל, די קינדערס אין די בילדינגס שפילן זיך איינער ביים צווייטן (די ערשטע וואכן האט מען נאך געוואטשט, אבער יעצט שפילט מען שוין געהעריג ביי די נעיבערס עכ"פ וויפיל איך ווייס) סאו עפענען יעצט די חדרים אויף אזא קלענערע פארנעם וועט בדרך הטבע נישט ערגער מאכן די מצב
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

תגובה דורך אבי איינער »

yoel2124441100 האט געשריבן:
אבי איינער האט געשריבן:
yoel2124441100 האט געשריבן:רבּנים האבּן דאס אפּגעמאכט,זײ זענען די אײנציגסטע װאס װײסן די דעמעדש בּגשמיות װאס נישט האבּן חדר מאכט אן.

איך האבּ בּאקומען די אינפא װען כ׳האבּ געגעבּן א חלק פוין מײן הויז בּ״ה פאר די צװעק

איז ווי איך פארשטיי זאגסטו אז די רבנים האבן אפגעמאכט צוריק צו עפענען די חדרים, אן באקומען באשטעטיגונג פון די מומחים אז דאס איז סעיף?

רבּנים װאס קענען הלכות און פּראקטיק,קײן אנונג צו װעם זײ האבּן גערעדט

רבנים קענען הלכות. עפידעמיע און געזונטהייט קענען די וועלכע האבן זיך געלערנט דערפאר יארן לאנג.
אויב האבן די רבנים נישט באקומען די באשטעטיגונג פון די עקספערטן, איז וויאזוי קענען זיי זאגן אז דאס איז נישט קיין סכנה? אתמהה...
א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 785
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 09, 2014 3:58 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך א פיינע מענטש »

באקסער בוים האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:עס איז ארומגעגאנגן א טעלעפאן קאל בשם סאטמאר וומסב''ג אז זיי פלאנען צו עפענען אין פריוואטע הייזער. איז דאס אמת? קומט דאס פון די מוסדות?

יא

ווער נעמט די אחריות אויב אידן וועלן געשלאגן ווערן מיט די מגיפה צוליב דעם?

איך ווייס נישט, אבער די מציאות איז אז רוב תלמיד תורות אין וויליאמסבורג האבן היינט אנגעפאנגען חדר יעדע קלאס אין א אנדערע לאקאציע, בעיסמענט, בוידעם, שול וכדומ', די אלע מוסדות האבן מנהיגים, רבנים, א רחניות'דיגע הנהלה און א גשמיות'דיגע הנהלה וואס האבן אבוועסלי מחליט געווען אז מ'זאל פראבירן אנצוהייבן אויף דעם פארנעם.

מיין ארימע פרעזענליכע מיינונג איז אז ביי אונז איז די וויירוס שוין מער ווייניגער אווער מיט פרישע קעיסעס, אונז האמיר לכאורה אנגעפאנגען צו קרענקן פריער ווי רוב באפעלקערונג אין נוא יארק, א פורים ווי כמעט יעדער באזוכט אומצאליגע שטובער, און מ'טאנצט און מ'קושט זיך האט שוין מער ווייניגער אנגעשטעקט אונזער ציבור נאך פאר די רעגירונג האט אפי' געוויסט צו זאגן פון סאושעל דיסטעסינג, און רובא דרובא ציבור האט שוין געהאט עטוואס פיבער אדער אנדערע סיפטאמען פון די וויירוס נאך פאר יו"ט פסח, און מ'הערט שוין זייער ווייניג יעצט פון מענטשן וואס זאלן יעצט ערשט באקומען די וויירוס,

די מציאות איז אז אויף יו"ט פסח זענען רובא דרובא בתי מדרשים אין וויליאמסבורג געווען אפן למחצה ולשליש, אינקלודעט כמעט אלע סאטמארע (מהר"יי) גרעסערע שולן און מקוואות, במשך די יום טוב און אזוי אויך דעם שבת זענען די גאסן געווען גוט פיל, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די ערשטע פאר שבתים ווען די גאסן זענען געווען דעזערטירט, סאו אויב דער עולם דרייט זיך יא אינדערויסן זאל כאטש זיין חדר פאר די אינגלעך.

דברים של טעם ;l;p-
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך דריידל »

מיכל הירש האט געשריבן:איך בין נישטא צו פירן מערכות. איך וויל זייער שטארק שיקן מיין אינגל אין חדר, לטובתו, לטובת מיין ווייב ולטובתי. איך וויל עס פשוט קענען טון מיט א רואיגע הארץ און נישט טראכטן אז אפשר וועלן אנדערע קינדערלעך בלייבן אן א טאטע אין שטוב.

לטובתך ולטובת אשתך ובניך, ביטע שיק דיינע קינדער אין א מוסד ווי די רעספעקטירסט די החלטה פין די הנהלת המוסד און ווען זיי מאכן אפ אז ס'איז סעיף צו עפענען זאלסטי זיין רואיג אז זיי ווייסן וואס זיי טיען.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך אבי איינער »

באקסער בוים האט געשריבן:
אבי איינער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:יא

ווער נעמט די אחריות אויב אידן וועלן געשלאגן ווערן מיט די מגיפה צוליב דעם?

איך ווייס נישט, אבער די מציאות איז אז רוב תלמיד תורות אין וויליאמסבורג האבן היינט אנגעפאנגען חדר יעדע קלאס אין א אנדערע לאקאציע, בעיסמענט, בוידעם, שול וכדומ', די אלע מוסדות האבן מנהיגים, רבנים, א רחניות'דיגע הנהלה און א גשמיות'דיגע הנהלה וואס האבן אבוועסלי מחליט געווען אז מ'זאל פראבירן אנצוהייבן אויף דעם פארנעם.

מיין ארימע פרעזענליכע מיינונג איז אז ביי אונז איז די וויירוס שוין מער ווייניגער אווער מיט פרישע קעיסעס, אונז האמיר לכאורה אנגעפאנגען צו קרענקן פריער ווי רוב באפעלקערונג אין נוא יארק, א פורים ווי כמעט יעדער באזוכט אומצאליגע שטובער, און מ'טאנצט און מ'קושט זיך האט שוין מער ווייניגער אנגעשטעקט אונזער ציבור נאך פאר די רעגירונג האט אפי' געוויסט צו זאגן פון סאושעל דיסטעסינג, און רובא דרובא ציבור האט שוין געהאט עטוואס פיבער אדער אנדערע סיפטאמען פון די וויירוס נאך פאר יו"ט פסח, און מ'הערט שוין זייער ווייניג יעצט פון מענטשן וואס זאלן יעצט ערשט באקומען די וויירוס,

די מציאות איז אז אויף יו"ט פסח זענען רובא דרובא בתי מדרשים אין וויליאמסבורג געווען אפן למחצה ולשליש, אינקלודעט כמעט אלע סאטמארע (מהר"יי) גרעסערע שולן און מקוואות, במשך די יום טוב און אזוי אויך דעם שבת זענען די גאסן געווען גוט פיל, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די ערשטע פאר שבתים ווען די גאסן זענען געווען דעזערטירט, סאו אויב דער עולם דרייט זיך יא אינדערויסן זאל כאטש זיין חדר פאר די אינגלעך.

בכלל איז גוט צו וויסן אז דיני נפשות איז מען נישט דאן מיט קיין סברות, (מסתם האט שוין יעדער געהאט, ביי אונז איז עס שוין פאריבער, וכו' וכו') און מען ציט נישט קיין מסקנות פון פריערדיגע עוולות (בתי מדרשים זענען סיי ווי אפן, פיצא סטארס זענען פיל וכו' וכו')
ווען עס איז די רעדע פון פאטענציאל אריינלייגן אידן אין א לעבנס געפאר דארף מען דאס דורכטוען מיט מומחים אין די ספעציפישע נושא

קודם כל איך האב גאר נישט מחליט געווען, איך בין נישט קיין דיין, קיינער פון די וואס זענען מחליט האבן מיך נישט געפרעגט, כ'האב נאר געשריבן אז די מציאות איז אז חדר האט זיך אנגעפאנגען ביי רוב קינדער אין וויליאמסבורג.

נאכדעם האט מען דן געווען צו די אייוועלט שרייבערס און ליינערס (וואס מאכן נישט קיין החלטות) האלטן דערפון צו נישט האב איך ס"ה געשריבן מיין ארימע מיינונג אז כהיום וואס די מציאות איז אז כמעט אלע שולן זענען אפן אין וויליאמסבורג! (בד"וו, די אלע שולן האבן א רב, דיינים וכדומ', וואס וואלטן געקענט האלטן די שולן פארשפארט, איך ווייס נישט וויפיל די רבנים און דיינים קענען די סטאטיסטיקס און נאמבערס צו מ'קרעיווט די הילל צו נישט, אבער די מציאות איז אז זיי האלטן כמעט אלע אפן זייערע שולן) די געשעפטן ווייטער זענען כמעט אלע אפן יעדער וויפיל מ'קען, איך בין געווען א וואך פאר פאר פסח ביי מעזרעלע איך וויל דיר נישט זאגן וויאזוי דארט האט אויסגעקוקט, די זעלבע ערב יום טוב אין די זשודעיקע סטאר, אדער פרייטאג אינדעפרי ביי טויבערס פיש, די מציאות איז אז ביי טויזענטער מענטשן אין וויליאמסבורג גייט דאס לעבן אן געהעריג (יא גערעכט צו נישט גערעכט) די גאסן זענען פיל, די שולן זענען פיל, די קינדערס אין די בילדינגס שפילן זיך איינער ביים צווייטן (די ערשטע וואכן האט מען נאך געוואטשט, אבער יעצט שפילט מען שוין געהעריג ביי די נעיבערס עכ"פ וויפיל איך ווייס) סאו עפענען יעצט די חדרים אויף אזא קלענערע פארנעם וועט בדרך הטבע נישט ערגער מאכן די מצב

צוויי אומרעכטן מאכט נישט דעם דריטן אומרעכט גערעכט.
און צווייטנס זאגסטו אז עפענען יעצט די חדרים וועט "בדרך הטבע" נישט ערגער מאכן די מצב.
וויפיל חדשים פון דיין לעבן האסטו אוועקגעגעבן צו שטודירן נאטור, אז דו ווייסט אז די שריט וועט נישט ערגער מאכן דעם מצב?
באקסער בוים
שר האלף
תגובות: 1857
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 31, 2017 12:41 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך באקסער בוים »

אבי איינער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
אבי איינער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:ווער נעמט די אחריות אויב אידן וועלן געשלאגן ווערן מיט די מגיפה צוליב דעם?

קיין איינס, און נאך אלץ האלט איך אזוי...
איך האב בכלל נישט קיין מיינונג איבער די נושא, ס'איז זשאסט געשריבן אין די וועלט אריין.
מיכל הירש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 420
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 08, 2015 11:52 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך מיכל הירש »

דריידל האט געשריבן:
מיכל הירש האט געשריבן:איך בין נישטא צו פירן מערכות. איך וויל זייער שטארק שיקן מיין אינגל אין חדר, לטובתו, לטובת מיין ווייב ולטובתי. איך וויל עס פשוט קענען טון מיט א רואיגע הארץ און נישט טראכטן אז אפשר וועלן אנדערע קינדערלעך בלייבן אן א טאטע אין שטוב.

לטובתך ולטובת אשתך ובניך, ביטע שיק דיינע קינדער אין א מוסד ווי די רעספעקטירסט די החלטה פין די הנהלת המוסד און ווען זיי מאכן אפ אז ס'איז סעיף צו עפענען זאלסטי זיין רואיג אז זיי ווייסן וואס זיי טיען.

איך האב נאכנישט געזען קיין קלארשטעלונג פון קיין איין מוסד. אלעס געשעהט עפעס אזוי אונטערערדיש אז עס מאכט מיר טראכטן אז עס איז נישט באשטעטיגט דורך קיינעם.
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך yoel2124441100 »

אבי איינער האט געשריבן:רבנים קענען הלכות. עפידעמיע און געזונטהייט קענען די וועלכע האבן זיך געלערנט דערפאר יארן לאנג.

Borderline כפירה,

ס׳נישט נוגע אהער אבּער די געלערענטע האבּן גאר א שװאכע מײנונג יעצט,און טוישן זײערע מײנונג כּמעט טעגליך
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך אבי איינער »

באקסער בוים האט געשריבן:
אבי איינער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:
אבי איינער האט געשריבן:
באקסער בוים האט געשריבן:איך ווייס נישט, אבער די מציאות איז אז רוב תלמיד תורות אין וויליאמסבורג האבן היינט אנגעפאנגען חדר יעדע קלאס אין א אנדערע לאקאציע, בעיסמענט, בוידעם, שול וכדומ', די אלע מוסדות האבן מנהיגים, רבנים, א רחניות'דיגע הנהלה און א גשמיות'דיגע הנהלה וואס האבן אבוועסלי מחליט געווען אז מ'זאל פראבירן אנצוהייבן אויף דעם פארנעם.

מיין ארימע פרעזענליכע מיינונג איז אז ביי אונז איז די וויירוס שוין מער ווייניגער אווער מיט פרישע קעיסעס, אונז האמיר לכאורה אנגעפאנגען צו קרענקן פריער ווי רוב באפעלקערונג אין נוא יארק, א פורים ווי כמעט יעדער באזוכט אומצאליגע שטובער, און מ'טאנצט און מ'קושט זיך האט שוין מער ווייניגער אנגעשטעקט אונזער ציבור נאך פאר די רעגירונג האט אפי' געוויסט צו זאגן פון סאושעל דיסטעסינג, און רובא דרובא ציבור האט שוין געהאט עטוואס פיבער אדער אנדערע סיפטאמען פון די וויירוס נאך פאר יו"ט פסח, און מ'הערט שוין זייער ווייניג יעצט פון מענטשן וואס זאלן יעצט ערשט באקומען די וויירוס,

די מציאות איז אז אויף יו"ט פסח זענען רובא דרובא בתי מדרשים אין וויליאמסבורג געווען אפן למחצה ולשליש, אינקלודעט כמעט אלע סאטמארע (מהר"יי) גרעסערע שולן און מקוואות, במשך די יום טוב און אזוי אויך דעם שבת זענען די גאסן געווען גוט פיל, בכלל נישט קיין פארגלייך צו די ערשטע פאר שבתים ווען די גאסן זענען געווען דעזערטירט, סאו אויב דער עולם דרייט זיך יא אינדערויסן זאל כאטש זיין חדר פאר די אינגלעך.

בכלל איז גוט צו וויסן אז דיני נפשות איז מען נישט דאן מיט קיין סברות, (מסתם האט שוין יעדער געהאט, ביי אונז איז עס שוין פאריבער, וכו' וכו') און מען ציט נישט קיין מסקנות פון פריערדיגע עוולות (בתי מדרשים זענען סיי ווי אפן, פיצא סטארס זענען פיל וכו' וכו')
ווען עס איז די רעדע פון פאטענציאל אריינלייגן אידן אין א לעבנס געפאר דארף מען דאס דורכטוען מיט מומחים אין די ספעציפישע נושא

קודם כל איך האב גאר נישט מחליט געווען, איך בין נישט קיין דיין, קיינער פון די וואס זענען מחליט האבן מיך נישט געפרעגט, כ'האב נאר געשריבן אז די מציאות איז אז חדר האט זיך אנגעפאנגען ביי רוב קינדער אין וויליאמסבורג.

נאכדעם האט מען דן געווען צו די אייוועלט שרייבערס און ליינערס (וואס מאכן נישט קיין החלטות) האלטן דערפון צו נישט האב איך ס"ה געשריבן מיין ארימע מיינונג אז כהיום וואס די מציאות איז אז כמעט אלע שולן זענען אפן אין וויליאמסבורג! (בד"וו, די אלע שולן האבן א רב, דיינים וכדומ', וואס וואלטן געקענט האלטן די שולן פארשפארט, איך ווייס נישט וויפיל די רבנים און דיינים קענען די סטאטיסטיקס און נאמבערס צו מ'קרעיווט די הילל צו נישט, אבער די מציאות איז אז זיי האלטן כמעט אלע אפן זייערע שולן) די געשעפטן ווייטער זענען כמעט אלע אפן יעדער וויפיל מ'קען, איך בין געווען א וואך פאר פאר פסח ביי מעזרעלע איך וויל דיר נישט זאגן וויאזוי דארט האט אויסגעקוקט, די זעלבע ערב יום טוב אין די זשודעיקע סטאר, אדער פרייטאג אינדעפרי ביי טויבערס פיש, די מציאות איז אז ביי טויזענטער מענטשן אין וויליאמסבורג גייט דאס לעבן אן געהעריג (יא גערעכט צו נישט גערעכט) די גאסן זענען פיל, די שולן זענען פיל, די קינדערס אין די בילדינגס שפילן זיך איינער ביים צווייטן (די ערשטע וואכן האט מען נאך געוואטשט, אבער יעצט שפילט מען שוין געהעריג ביי די נעיבערס עכ"פ וויפיל איך ווייס) סאו עפענען יעצט די חדרים אויף אזא קלענערע פארנעם וועט בדרך הטבע נישט ערגער מאכן די מצב

צוויי אומרעכטן מאכט נישט דעם דריטן אומרעכט גערעכט.
און צווייטנס זאגסטו אז עפענען יעצט די חדרים וועט "בדרך הטבע" נישט ערגער מאכן די מצב.
וויפיל חדשים פון דיין לעבן האסטו אוועקגעגעבן צו שטודירן נאטור, אז דו ווייסט אז די שריט וועט נישט ערגער מאכן דעם מצב?

קיין איינס, און נאך אלץ האלט איך אזוי...

קומסט מיר פאר ווי די פרייע אידן וואס האבן מיינונגען איבער וואס איז יא אויסגעהאלטן על פי תורה אדער נישט. אז די האסט נישט קיין אנונג איבער דרכי הטבע, וויאזוי קענסטו זאגן א מיינונג. די חכמים זאגן אונז "למוד לשונך לומר איני יודע". דו ווייסט נישט וויאזוי א וויירוס לעבט, וויאזוי ער כאפט זיך אריבער, וכו' וכו', אבער דו האסט א דיעה?
אבי איינער
שר חמישים
תגובות: 75
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 15, 2011 8:13 pm

Re: זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?

תגובה דורך אבי איינער »

yoel2124441100 האט געשריבן:
אבי איינער האט געשריבן:רבנים קענען הלכות. עפידעמיע און געזונטהייט קענען די וועלכע האבן זיך געלערנט דערפאר יארן לאנג.

Borderline כפירה,

ס׳נישט נוגע אהער אבּער די געלערענטע האבּן גאר א שװאכע מײנונג יעצט,און טוישן זײערע מײנונג כּמעט טעגליך

כפירה אין וואס און אין וועם?
ווען א פוסק וויל וויסן עפעס איבער א מאשין פרעגט ער א מעכאניקער. די גדלות פון אן ערנסטען רב איז אז ער שמועסט אדורך א יעדע נושא אויף וואס ער וויל מאכן א באשלוס מיט די מומחים אין יענעם פעלד
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”