זאלן מוסדות התורה זיין אפגעשפארט דורכאויס די "קאראונע וויירוס" אויסברוך?
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- ק.נ.א. דזשורנאליסט
- תגובות: 24021
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 05, 2006 12:01 pm
- קאץ און מויז
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3584
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm
מען דארף מאכן אז נאר די וואס האבן קינדער אינטער די בר/בת מצוה זאלן וואוטן
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
- שמשון הגיבור
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
- לאקאציע: אויפן פראנט
וועלכע חלק פון א פארשפארטע מוסדות וועט העלפן צו אפשטילן דעם וויירוס?..
מען ברויך געדענקען אפאר שטארקע נקידות:
- עס איז בכלל נישט קיין סכנה, און זעכער נישט קיין לעבענס געפאר פאר יונגע מענטשן אין א נארמאלער געזונט צושטאנד.
- עס ווערט זייער שוואך אריבערגעכאפט צו קינדער.
- עס ווערט איבערגעכאפט נאר אויב קומט מען אין בארירונג מיט אינערליכע פליסיגקייט פון א אנגעשטעקטער.
- עס קען יא זיין שווערער פאר מענטשן העכער 60 יאר.
- עס קען יא זיין א סכנה פאר מענטשן מיט אנדערע עמיון סיסטעם קאמפליקאציעס, ספעציעל עלטערע מענטשן.
אין אנדערע ווערטער, סתם מענטשן אין יונגע עלטער ברויכן זיך ס״ה וואשן די הענט און נישט געבן די האנט פאר אנדערע, וכו׳ די פארשידענע מעטאדן פון פארזיכטיגקייט וואס איז שוין פארגעשלאגן געווארן 2 וואכן צוריק. עלטערע מענטשן, אדער יונגע מענטשן מיט א געזינטהייט אישו, זאלן זיין אפגעזינדערט! שטעלט נישט ״אייער״ לעבן אין געפאר.. פארבלייבט איינגעשפארט אינדערהיים ביז דער מצב ווערט רואיג. יונגע געזינטע מענטשן וואס האבן ס״ה א פארקילעכץ, אדער פיבער.. זאלן אויך נישט זיין קיין אויבער חכמים.
10 מענטשן, 50 מענטשן, 500 מענטשן.. ס׳איז אלעס בעלאוני. ווי געזאגט.. דער וואס ברויך זיך וואטשן וועט קיין 5 מענטשן אויך נישט העלפן. ער מיז בלייבן איינגעשפארט אליינס! וכן דער יונגערמאן געזינט אין פריש.. קענסט געהעריג קומען אין ביהמ״ד מיט 2000 מענטשן.. מאך נאר זיכער זיך צו וואשן די הענט געהעריג.
פארשפארן מוסדות!?.. פארוואס?
פארגעס פון אלע סיידעפעקטס וואס דאס האלטן קינדער אזוי לאנד אינדערהיים קען אנמאכן, ווי איז דאס בכלל בייהילפיג אין דאס באקעמפן דעם וויירוס?
אקעי אקעי.. איך הייס חלילה נישט גיין קעגן די פארארדענונג פון די רעגירונג. מען מיז זיך צושטעלן. איך שמועס עס אבער אויס.. אין פאל הנהלת המוסדות ווייסן נישט וואס זיי האבן צו טאן.
מען מיז אויך אינאכט נעמען די פאליטישע אטמאספער אין אמעריקא.. דער גאווענער האט א חשבון מיטן מעיאר, דער מעיאר מיטן גאווערנער, און זיי ביידע צוזאמען מיטן פרעזידענט. אין אנדערע ווערטער, זיי זענען לאו דוקא דא צו פארזיכערן אז דער וויירוס ווערט דערשטיקט, זיי זענען דא ״אויך״.. אויף א פארזיכטיגקייט פארמעסט.. יעדע פאלאטישן ציטערט דער צווייטער זאל אים נישט באצייכענען אז ער פארנאכלעסיגט זיין שטאט, מען איז גרייט צו גיין מיטן קאפ אין וואנט.. אבי צו ווייזן אז מען טוט וואס מען קען. דאס מיינט אבער נישט אז מיר אידן מיזן אויך פארלוירן ווערן. אונז אידן האבן ב״ה שכל, און מיר ניצן עס. בסיעתא דשמיא!
מודה אני לפניך ששמת חלקינו מיושבי בית המדרש ולא מיושבי קרנו״ת..

לעצט פארראכטן דורך שמשון הגיבור אום זונטאג מארטש 15, 2020 9:17 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
שמשון, דיינע אלע חשבונות פליען ארויס פון פענסטער ווייל די דאקטורים זאגן אז די קינדער זענען די טראגערס, א משל פון א איד וואס איז אנגעשטעקט, זיין זוהן באקומט עס אן קיינע סימפטאמען, גייט אין חדר שפילט קעטש, גיבט עס פאר זיין חבר וואס גייט אהיים און זיצט אויפן באבעס שויס יענעם נאכט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
- שמשון הגיבור
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
- לאקאציע: אויפן פראנט
שמשון הגיבור האט געשריבן:מען מיז אויך אינאכט נעמען די פאליטישע אטמאספער אין אמעריקא.. דער גאווענער האט א חשבון מיטן מעיאר, דער מעיאר מיטן גאווערנער, און זיי ביידע צוזאמען מיטן פרעזידענט. אין אנדערע ווערטער, זיי זענען לאו דוקא דא צו פארזיכערן אז דער וויירוס ווערט דערשטיקט, זיי זענען דא ״אויך״.. אויף א פארזיכטיגקייט פארמעסט.. יעדע פאלאטישן ציטערט דער צווייטער זאל אים נישט באצייכענען אז ער פארנאכלעסיגט זיין שטאט, מען איז גרייט צו גיין מיטן קאפ אין וואנט.. אבי צו ווייזן אז מען טוט וואס מען קען. דאס מיינט אבער נישט אז מיר אידן מיזן אויך פארלוירן ווערן. אונז אידן האבן ב״ה שכל, און מיר ניצן עס. בסיעתא דשמיא!
מודה אני לפניך ששמת חלקינו מיושבי בית המדרש ולא מיושבי קרנו״ת..
דאס איז נאך דאס ערגסטע יעצט, אונז זעמיר די פערדלעך אויפן שאך ברעטל
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
אז די חדר איז אפען זיצען בלויז 25-30 צוזאמען
לאנטש און פרישטאג זאל מען עסען אין כתה
אויב די חדר איז פארשפארט וועלן אלע קינדער גיין מיט די טאטע אין שול, באקען מצות, איינקויפען פאר פסח, א.א.וו.
אין העולם מתקיים אלא בזכות הבל פיהם של תינוקות של בית רבן

To apply for section 8 Click Here
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
Section 8 Secrets: Get housing assistance faster https://amzn.to/3TaIg5B
You can find jobs at www.macherusa.com/all www.jobsgemach.com
As an Amazon Associate I earn from qualifying purchases
@KolHaolam
NEW YORK: Orange County Exec announces public and private schools must close immediately. This includes the huge Satmar yeshiva in KJ.
https://twitter.com/KolHaolam/status/12 ... 6486051841
NEW YORK: Orange County Exec announces public and private schools must close immediately. This includes the huge Satmar yeshiva in KJ.
https://twitter.com/KolHaolam/status/12 ... 6486051841
- אטעטשמענטס
-
- EY Yiddish Sign.jpeg (97.15 KiB) געזען 989 מאל
-
- Kol Haloam Orange County.jpeg (39.06 KiB) געזען 989 מאל
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 957
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm
מי יודע האט געשריבן:שמשון הגיבור האט געשריבן:מען מיז אויך אינאכט נעמען די פאליטישע אטמאספער אין אמעריקא.. דער גאווענער האט א חשבון מיטן מעיאר, דער מעיאר מיטן גאווערנער, און זיי ביידע צוזאמען מיטן פרעזידענט. אין אנדערע ווערטער, זיי זענען לאו דוקא דא צו פארזיכערן אז דער וויירוס ווערט דערשטיקט, זיי זענען דא ״אויך״.. אויף א פארזיכטיגקייט פארמעסט.. יעדע פאלאטישן ציטערט דער צווייטער זאל אים נישט באצייכענען אז ער פארנאכלעסיגט זיין שטאט, מען איז גרייט צו גיין מיטן קאפ אין וואנט.. אבי צו ווייזן אז מען טוט וואס מען קען. דאס מיינט אבער נישט אז מיר אידן מיזן אויך פארלוירן ווערן. אונז אידן האבן ב״ה שכל, און מיר ניצן עס. בסיעתא דשמיא!
מודה אני לפניך ששמת חלקינו מיושבי בית המדרש ולא מיושבי קרנו״ת..
דאס איז נאך דאס ערגסטע יעצט, אונז זעמיר די פערדלעך אויפן שאך ברעטל
"That's "SO WRONG
- שמשון הגיבור
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 324
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2018 9:01 am
- לאקאציע: אויפן פראנט
אזוי!?.. דא האסטע דיבלאזיא, נאר היינט אינדערפרי! כ׳מיין ס׳איז דער ערשטע מאל כ׳האב אים געהערט רעדן קאמען סענס..
נישט קיין גאנצע 3 שעה שפעטער האט ער איבערגעכאפט קארונע פון קאומאו..
https://drive.google.com/file/d/1ttxp9D ... p=drivesdk
נישט קיין גאנצע 3 שעה שפעטער האט ער איבערגעכאפט קארונע פון קאומאו..
https://drive.google.com/file/d/1ttxp9D ... p=drivesdk
אֵיזֶהוּ גִּבּוֹר, הַכּוֹבֵשׁ אֶת יִצְרוֹ. - מס׳ אבות, ד משנה א
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 957
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm
-
- שר חמש מאות
- תגובות: 957
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 7:19 pm
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
שמשון הגיבור האט געשריבן:אזוי!?.. דא האסטע דיבלאזיא, נאר היינט אינדערפרי! כ׳מיין ס׳איז דער ערשטע מאל כ׳האב אים געהערט רעדן קאמען סענס..
נישט קיין גאנצע 3 שעה שפעטער האט ער איבערגעכאפט קארונע פון קאומאו..
https://drive.google.com/file/d/1ttxp9D ... p=drivesdk
שמשון איך בין מיט דיר. ס'איז א נארישקייט צו פארמאכן.
די עלטערע העכער 65 זאלן בלייבן פארשפארט אין שטוב, און די אינגערע זאלן ווייטער אנגיין ווי אייביג. די וואס האבן קינדער אין מוסדות זענען עפ"י רוב אונטער 65, די געזונטע קינדער מיט די געזונטע עלטערן וועלן זיין אינדערהיים, אז די זיידע זאל קענען גיין אין מקוה...
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
אגב, ס׳וויכטיג צו ארויס ברענגען א נקידה חשובה. כ׳האב פריער ביי מעריב געטראפן א מלמד פון באבוב׳ע חדר (וואס זייער חדר איז פארמאכט) האט ער מיר געזאגט אז ער גייט מארגען פאר לערנען פאר די הייליגע תניקות של בית רבן אויף די טעלעפון. ער זאגט מיך אז באבוב האט אפגעדינגען 2 טויזענט פאון ליינס. א ספעציעלע סיסטעם. און אויך האבן זיי א ספעציעלע סעטינג אז די מלמדים וועלן אויך קענען טוישן אינמיטן די שיעור צו רעדן נאר צי איין געוויסע יונגעל צו קענען זעהן צי דער ספעציפישע יונגעל האלט מיט.
- למעלה משבעים
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12394
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
- לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן
גאלדענע פעדער האט געשריבן:אגב, ס׳וויכטיג צו ארויס ברענגען א נקידה חשובה. כ׳האב פריער ביי מעריב געטראפן א מלמד פון באבוב׳ע חדר (וואס זייער חדר איז פארמאכט) האט ער מיר געזאגט אז ער גייט מארגען פאר לערנען פאר די הייליגע תניקות של בית רבן אויף די טעלעפון. ער זאגט מיך אז באבוב האט אפגעדינגען 2 טויזענט פאון ליינס. א ספעציעלע סיסטעם. און אויך האבן זיי א ספעציעלע סעטינג אז די מלמדים וועלן אויך קענען טוישן אינמיטן די שיעור צו רעדן נאר צי איין געוויסע יונגעל צו קענען זעהן צי דער ספעציפישע יונגעל האלט מיט.
דאס איז גוט פון די מלמד'ס זייט, ווי אזוי ארבעט עס פון די קינדער'ס זייט, וועלכע קינד באקומט דין קדימה צו מיטהאלטן, דער כיתה ט' בחור, צו דער כיתה ג' אינגל אדער גאר דער כיתה א' אינגל?
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2952
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
- לאקאציע: אין בעסמענט
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 353
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2019 7:17 pm
געוואויט 'נישט' צו פארשפארן חלילה די מוסדות הקדושים מפני כמה טעמים.
א. וואו עטליכע האבן שוין געשריבן, אז יעצט ערב פסח איז נישט די צייט פאר קינדער אינדערהיים.
ב. פארשפארן מוסדות איז א געוואלדיגע אחריות פון טויזענטער שעות לימוד התורה וואס טאר נישט און קען נישט געטוהן ווערן אזוי לייכט .
ג. והאחרון הכביד, אז האבן די קינדער אינדערהיים וואס גייען אין גאס , שכנים, וכדומה, איז סאך סאך גרינגער צו קעטשן די וויירוס וואו ווען מ'איז אין חדר וואו ס'איז אויך אסאך גרינגער צו היטן אויף די נקיות

'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)
-
- שר מאה
- תגובות: 189
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 15, 2020 12:20 pm
בנוגע וואס די מוסדות זאלן טון, ווענד זיך באמת נישט נאר אין דעת תורה ודעת בעה"ב, נאר אויך איבער וואס די גוים וועלן זאגן אויף אונז אידן (פארשטייט זיך אז דאס דארף מען הערן דעת תורה, וויפיל מען דארף זיך רעכענען דערמיט).
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט! פארוואס קענען זיך נישט די רבנים, דיינים, מוסדות, צאמזעצן און אינאיינעם אפמאכן וואס צו טון? און ווען? עכ"פ אפאר מוסדות אינאיינעם. מען רעדט דאך דא פון א פיקוח נפשות שאלה, מיט ביטול תורה פון צענדליגער טויזנטער שעות. און יעדע מוסדות, קומט ארויס מיט אנדערע און קעגנזייטיגע מעלדונגען.
משיח איז שוין אויפן וועג!
אביסל אחדות???!!!
אבער איין זאך פארשטיי איך נישט! פארוואס קענען זיך נישט די רבנים, דיינים, מוסדות, צאמזעצן און אינאיינעם אפמאכן וואס צו טון? און ווען? עכ"פ אפאר מוסדות אינאיינעם. מען רעדט דאך דא פון א פיקוח נפשות שאלה, מיט ביטול תורה פון צענדליגער טויזנטער שעות. און יעדע מוסדות, קומט ארויס מיט אנדערע און קעגנזייטיגע מעלדונגען.
משיח איז שוין אויפן וועג!
אביסל אחדות???!!!
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2400
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
- לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל
למעלה משבעים האט געשריבן:גאלדענע פעדער האט געשריבן:אגב, ס׳וויכטיג צו ארויס ברענגען א נקידה חשובה. כ׳האב פריער ביי מעריב געטראפן א מלמד פון באבוב׳ע חדר (וואס זייער חדר איז פארמאכט) האט ער מיר געזאגט אז ער גייט מארגען פאר לערנען פאר די הייליגע תניקות של בית רבן אויף די טעלעפון. ער זאגט מיך אז באבוב האט אפגעדינגען 2 טויזענט פאון ליינס. א ספעציעלע סיסטעם. און אויך האבן זיי א ספעציעלע סעטינג אז די מלמדים וועלן אויך קענען טוישן אינמיטן די שיעור צו רעדן נאר צי איין געוויסע יונגעל צו קענען זעהן צי דער ספעציפישע יונגעל האלט מיט.
דאס איז גוט פון די מלמד'ס זייט, ווי אזוי ארבעט עס פון די קינדער'ס זייט, וועלכע קינד באקומט דין קדימה צו מיטהאלטן, דער כיתה ט' בחור, צו דער כיתה ג' אינגל אדער גאר דער כיתה א' אינגל?
גוטע שאלה. אגב צוויי זאכן.
איינס. איך זאג נישט קיין שום דעה צו מ׳זאל יא אדער נישט פארשפארן די מוסדות די שאלה באלאנגט פאר עהרליכע הייליגע יודן נישט פאר אזא איינער ווי מיר. אגב אלטס מנהל איז מיר א חידוש אז די לאזט אפן דעם געהענגל אונז האב מיר נאר וואס גענדיגט דעם פורים. יעדער זאל זיך אליינס פרעגן די צוויי קשיות: וואס וואלסטו געהאלטען איבער דעם צו מען זאל גיין צו די סעודה פון אחשורוש? אגב שטייט אין חז״ל אז ס׳געווען כשרות צו עסן. און צווייטענס צו מען זאל זיך ביקן צו המן? ס׳געווען א שאלה פון א ערענסטע סכנה פון אויפרעגן די נענסטע מענשט צום קעניג. די ביידע זאכן האבן יודן נישט גוט געטוהן ביי די גזירה פון המן, און פאר די ערשטע זאגן חז״ל איז די סיבה פארוואס די גזירה איז געקומען. פון דעם דארף מען זיך גוט אויס לערנען וואס ס׳מיינט זיך מבטל זיין די דעת צו עהרליכע יודן. א מין צידרייטע און נישט אויסגעהאלטנע זאך צו עפענען א געהענגעל איבער דעם נושא פרעגן אונזער נערישע דעות..
צווייטענס. איך בין נישט קיין אחראי פון באבוב כ׳האב סתם איבערגעזאגט א זייטיגע קרישקעלע. איך טראכט אויך אז מין הסתם האבן די גוטע יודן פון באבוב ווי די דיין הרב טויבער און נאך גוטע יודן, אריין גערעדט אין דעם דעסיזשען.. אכ״פ איך האף אזוי..