גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גייען די קעמפס זיין געשלאסן צוליב קאראנע וויירוס?

יא
86
27%
ניין
60
19%
מ'קען נאך נישט וויסן
172
54%
 
סך הכל שטימען: 318

אוועטאר
סטיטשינער
שר עשרים אלף
תגובות: 22695
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 05, 2017 3:49 pm
לאקאציע: 50°18′N 21°4′E

תגובה דורך סטיטשינער »

איך הער נישט האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ווי קומט אריין רוב? אז איר קענט אייך נישט ערלויבען א טייערע שטריימעל מעג קרויס עס נישט פארקויפן?

קעמפ איז נישט ממש ווי א טייערע שטריימל
אויב ביסטו נישט באקאנט מוסדות און שטאט זענען פארשלאסן זימער
אגב שיקסטו קינדער און קעמפ? אויב כמעג פרעגן?

איך ווייס נישט אויף וועלכער פלאנעט די דרייסטיך אבער דאהי ביי מיר זענען די מוסדות שוין פארשפארט א חודש און כפי הנראה בלייבט עס אזוי ביז סוף יאהר, עכ''פ אויף דעם הנחה שטייט דעם אשכול. יעצט, דיינע קינדער זענען סייווי אינדערהיים. זיי מסביר פונקטליך וואס באדערט דיר אז דיין שכנ'ס קינדער גיין אין קעמפ?
שפאנט'ס מיט ווארטונג

די רעוואלוציע איז אין פילן שוואנג

טראגטס עס ארויס פון דא!
איך הער נישט
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 19, 2015 10:06 am

Re:

תגובה דורך איך הער נישט »

סטיטשינער האט געשריבן:
איך הער נישט האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ווי קומט אריין רוב? אז איר קענט אייך נישט ערלויבען א טייערע שטריימעל מעג קרויס עס נישט פארקויפן?

קעמפ איז נישט ממש ווי א טייערע שטריימל
אויב ביסטו נישט באקאנט מוסדות און שטאט זענען פארשלאסן זימער
אגב שיקסטו קינדער און קעמפ? אויב כמעג פרעגן?

איך ווייס נישט אויף וועלכער פלאנעט די דרייסטיך אבער דאהי ביי מיר זענען די מוסדות שוין פארשפארט א חודש און כפי הנראה בלייבט עס אזוי ביז סוף יאהר, עכ''פ אויף דעם הנחה שטייט דעם אשכול. יעצט, דיינע קינדער זענען סייווי אינדערהיים. זיי מסביר פונקטליך וואס באדערט דיר אז דיין שכנ'ס קינדער גיין אין קעמפ?

אויב וועלן נאך מוסדות בלייבן געשלאסן אויפן זימער איז דא שוואכע שאנסן אז די קעמפס וועלן זיין אפן
זיך באצויגן צו וואס איינער האט געשריבן אז קינדער האבן פארפאסט חדשים פון לימודים און רוב ציבור האט נישט די איבריגע געלט פאר קעמפ אפשר ליבערשט בלייבן און שטאט אויב די מוסדות קענען צוריק עפענען
אבער אויב מוסדות בלייבן געשלאסן און קעמפס קענען עפענען וואס איז זייער אנלייקלי ביסטו גערעכט
אוועטאר
שרייב
שר חמש מאות
תגובות: 732
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך שרייב »

שרייב האט געשריבן:גהערט אז וויזניץ מיידל קעמפ האט אהיים געשיקט בריוון פאר די עלטערען אז די ערשטע האלב גייען זיי זיין פארמאכט אויף זיכער

איך צו צוריק געהערט בשם די מינסטרעיטער אז עס איז שטותים
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9237
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

Re: Re:

תגובה דורך דריידל »

איך הער נישט האט געשריבן:
נאך איינער האט געשריבן:
איך הער נישט האט געשריבן:
סטיטשינער האט געשריבן:ווי קומט אריין רוב? אז איר קענט אייך נישט ערלויבען א טייערע שטריימעל מעג קרויס עס נישט פארקויפן?

קעמפ איז נישט ממש ווי א טייערע שטריימל
אויב ביסטו נישט באקאנט מוסדות און שטאט זענען פארשלאסן זימער
אגב שיקסטו קינדער און קעמפ? אויב כמעג פרעגן?

האסט אפילו א ספק אז ער שיקט?

רעדט מיט אזא אימפעט פון די קעמפ..
די זימער וואכן איז ממש א גזירה אויף די שטאטישע איינוואוינער די קעמפ און קאנטרי סיז ממש א שרעק
סיז באמת אן עולה אז מוסדות זענען גענצליך געשלאסן זימער וואס באצווינגט אלע עלטערן מיט די הימעלשרייענדע הוצאה

ווען קעמפ האט זיך געגרינדעט יארן צוריק איז ממש נישט געווען בכדי שיעשו אנצוגיין און שטאט די שרעקליכע היצן קיין אירקאנדישן איז נישט געווען עס איז נישט געווען קיין צוויי ברירות איז מען ארויסגעפארן לערנען אינטער די ליפטיגע ביימער...
באצאלט האט יעדער וויפל מען האט זיך געקענט ערלויבן און ווער עס האט נישט געהאט האט נישט געצאלט
היינט מיט אירקאנדישן קען מען אנגיין פינקט ווי און קעמפ די פרייזן האט מען ארויפגעשרויפט און די לבנה און יעדעס קינד מוז ווערן באצאלט בלי יוצא מן הכלל און קיין אפציע פון בלייבן און שטאט איז נישטא
עס איז די גרעסטע יערליכע הוצאה פאר א קינדער געבענטשטע משפחה

נאך מער,
היי יאר צוליב סי וויירוס זענען גאסן ליידיג און נישט אזוי אויסגעלאסן, קען מען זיכער בלייבן אין שטאט
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
יודל קליין
שר האלף
תגובות: 1277
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 07, 2014 11:10 pm

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך יודל קליין »

שמעתי פון איינער וואס איז איינגעשטעלט אין א גרויסע מיידל קעמפ, אז א גרויס טייל קעמפס האבן שוין מחליט געוועהן אויף זיכער אז די ערשטע העלפט איז מען נישט אפען היי יאר
זה הקטן גדול יהי'
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8854
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך ניס קראכער »

גייען מוסדות זיין אפען בעפאר זומער??

ווער טראכט שוין אפילו פון קעמפ?...
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך יוראפ »

ניס קראכער האט געשריבן:ווער טראכט שוין אפילו פון קעמפ?...

די מוסדות...
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך תנא בתרא »

האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך נכד »

כמעט יעדעס יאר איז דא עטליכע וואס ״ווילן״ טוישינגן אין דעם פעלד פון ״מוזן״ גיין אין קעמפ.

אפשר איז יעצט א גוטע געלעגנהייט איינשטעלן שטאטישע זומער חדרים און רעדיצירין די גאנצע לויפעניש.
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך פרישוואסער »

תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?


מענטשען האבען פארלוירען זייערע הכנסות, וויפיל מענטשען האבן איצט עקסטערע שיינע פארדינסטען?

והשנית, אויב די מוסדות ווילען האבען פין וועם אנקאסירען שכר לימוד פאר די יעצטיגע טעלעפאן חדר חודשים, זאלען זיי בעסער אויפגעבן אויף די אזוי געריפענע שיינע פארדינסטען וואס זיי מאכן פון קעמפ,

נעמט אייך אריין אין קאפ! דער עולם האט זיכער נישט נישט פאר ביידע!
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re:

תגובה דורך פרישוואסער »

סטיטשינער האט געשריבן:פארוואס זאלען די וואס האבען ב'ה יא פרנסה מוזן בלייבן מיט די קינדער וועגען עס איז דא וואס האבען נישט?


#כחהרבים

פארוואס זאלען די וואס האבען ליידער איצט נישט פרנסה מוזן שיקען די קינדער וועגען עס איז דא וואס האבען יא?

איר מיזט נישט בלייבען אין שטאט, עפענט אויף א חדר פאר אייך אין די אנדערע (וואס האבען די געלט פארשטייט זיך) אין אייער קאנטרי, אין צווינגט נישט ארויף די איבעריגע הוצאה פאר די רוב וואס פארמאגט נישט
שארף און קליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 14, 2020 11:45 am

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך שארף און קליג »

זעהט אויס מען דארף אנהייבן א נייע אנקעטע,
צו "זאלן" די קעמפס זיין פארמאכט?
דהיינו מען זאל זיך איינבעטן ביי די הנהלת המוסדות זיך צו רעכענען מיט די רבים (חוץ די מלמדים...) וועלכע קענען זיך עס דאס יאר בשום אופן נישט ערלויבן?

#כח הרבים
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?
אוועטאר
נו גוט נו שוין
שר עשרת אלפים
תגובות: 12236
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך נו גוט נו שוין »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?

ווארשיינלעך אויף די בילס וואס די מוסד שיקט אים....

מ'קען אבער נישט וויסן פונדעראויסן וואס ס'קאסט, מיט אלע חשבונות
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך לעכטל »

איך האף אז אנשטאט קעמפ זאל די מוסדות אריינציען די לימודים וואס מען האט פארפאסט, אין די זיממער חדשים.
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
אוועטאר
פרישוואסער
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 10, 2016 12:14 pm

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך פרישוואסער »

לעכטל האט געשריבן:איך האף אז אנשטאט קעמפ זאל די מוסדות אריינציען די לימודים וואס מען האט פארפאסט, אין די זיממער חדשים.


דאס וואלט געווען גאר יושר!

דאס זעלבע מיט די מיידלעך!
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך תנא בתרא »

פרישוואסער האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:איך האף אז אנשטאט קעמפ זאל די מוסדות אריינציען די לימודים וואס מען האט פארפאסט, אין די זיממער חדשים.


דאס וואלט געווען גאר יושר!

דאס זעלבע מיט די מיידלעך!

ביי יונגלעך איז עס בכלל נישט קיין סתירה, צוליב דעם וואס אינגלעך האבען געהעריגע סדרי הלימודים אין קעמפ (אין רוב קעמפס).
ביי מיידלעך איז עס (ע"פ רוב) אדער אדער, אדער אניאגען די לימודים אדער קעמפ... נישט שייך ביידע...
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך maybeeynot »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?

אז סהאלט שוין אן אזויפיל יארן
אוועטאר
טיכטיגער
שר האלף
תגובות: 1963
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך טיכטיגער »

maybeeynot האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?

אז סהאלט שוין אן אזויפיל יארן

לויט מיינע ידיעות מאכן מוסדות "נישט" קיין געלט פון קעמפ!
ס'דערקענט זיך שטארק אויפ'ן וועלטל אז ס'איז בין הזמנים אויפ'ן וועלט!
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך יוראפ »

טיכטיגער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?

אז סהאלט שוין אן אזויפיל יארן

לויט מיינע ידיעות מאכן מוסדות "נישט" קיין געלט פון קעמפ!

איינער זאגט מיר טאקע אז די מוסדות מאכן נישט קיין געלט והא ראי' ער האט נאכנישט באקומען באצאלט פון פאריאר...
אוועטאר
תנא בתרא
שר חמש מאות
תגובות: 619
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 27, 2018 9:14 pm
לאקאציע: אונטער'ן בריק

תגובה דורך תנא בתרא »

איז קעמפ דאן בלויז "לשם מצווה"?...
אוועטאר
lebediger berel
שר חמשת אלפים
תגובות: 5249
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך lebediger berel »

maybeeynot האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?

אז סהאלט שוין אן אזויפיל יארן

עס איז א מורא'דיגע בענעפיט פאר די פירער פון אלע מוסדות/קעמפס וכו' הם ונשיהם ועבדיהם ויוצר משרתיהם וכו'
און די איינגעשטעלטע וועלן בעטן א ריזיגע העכערונג זאלסט זיי צונעמען דעם קעמפ בענעפיט
איך וואלט געוואלט פארשטיין וואו איז מעגליך אפילו צו טראכטן אז א מיידל קעמפ איז נישט קיין הכנסה
אז מ'לעבט דערלעבט מען
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10239
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

maybeeynot האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
תנא בתרא האט געשריבן:האלסט אז די מוסדות וועלן אזוי שנעל אופגן אויף די שיינע פארדינסטען זיי מאכן פון קעמפ?

אויף וואס איז געבויט אייער איבערצייגונג אז קעמפ איז א פארדינסט פאר די מוסדות?

אז סהאלט שוין אן אזויפיל יארן

הייסט די היינטיגע חתונה סטאנדארט (כ'מיין פון פאר קאראנע) איז א פארדינסט פאר די מחותנים?
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6420
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

תנא בתרא האט געשריבן:ביי יונגלעך איז עס בכלל נישט קיין סתירה, צוליב דעם וואס אינגלעך האבען געהעריגע סדרי הלימודים אין קעמפ (אין רוב קעמפס).

אמאליגע צייטן אפשר.........., היינט לערנען נאך די אינגלעך געהעריגע סדרי הלימודים? מען מאכט פלעיס און קאלערווערס כסדר
אוועטאר
maybeeynot
שר חמשת אלפים
תגובות: 5474
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

Re: גייען קעמפס זיין פארמאכט צוליב קאראנע?

תגובה דורך maybeeynot »

קלאָצקאָפּ האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אז סהאלט שוין אן אזויפיל יארן

הייסט די היינטיגע חתונה סטאנדארט (כ'מיין פון פאר קאראנע) איז א פארדינסט פאר די מחותנים?

כ'הייב נישט אן צי פארשטיין ווי די שטעלסט צוזאם די 2 זאכן. חתונה מאכן ווייס מיר די פראבלעמען מיט פעיר פרעשער. מוייל געפעלן פאר די אנדרע צד. חתן כלה דרוקן די עלטערן. וכו. וכו. אבער קעמפ אויב די מוסדות דערלייגן טאקע דערפון פארוואס הערן זיי נישט צו די וויינעריע פין עלטערן וואס ברעכן אונטער יערליך פון דעם, שפאר עס אפ אדער געב די טשויס פאר די עלטערן די האלטן די קינדער אין שטאט מיט אפענע קלאסן
#זה לא נהנה וזה לא נהנה
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”