בלאט 11 פון 11

Re: וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2020 8:11 pm
דורך לעכטל
וואס עפעס? האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:
לעכטל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איך האף אז איר האט נאך א חוש הריח... (נאר א ווערטל)

אסאך מאל קען געשעהן אז איך כאפ נישט קיין ווערטלעך.. וואס האט zink מיט די חוש הריח?!

איין overdose פון zinc (נישט אזוי זעלטן ביי דיע וואס נעמן supplements, אויב גיבט מען נישט אכטונג נישט צו נעמן מער ווי געראהטן) קען עכ"פ צייטווייליג אפשטעלן דעם חוש הריח.

איך נעם 30 מיל' א טאג.


געהערט האביך אז מען דארף וויסן וויפיל צונעמען ווייל עס קען צומאל זיין א סכנה - ריכטיג אדער נישט?

וואס נאך ברויך מען נעמען?

30m' זינק איז בכלל נישט קיין סכנה, און איז שטארק רעקעמענדעט צו נעמען אין די ווינטער, אויך איז זייער גוט ווייטעמין C און אויך D..
אז מען וויל שטארק קען די ליסט זיין ריזיג לאנג...

Re: וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

געשריבן: מאנטאג מארטש 23, 2020 9:21 pm
דורך די נייגעריגער
אגב שמעתי פון א מגיד שעור אמאל אז יעדער בין הזמנים באקומט ער א שוואכקייט צו א פארקילעכצט אדער א אנדערע מיחוש ער טעהנ'ט אז וווילאנג א מענטש גייט אן מיט א שטרענגע סדר מיט א רוטין אין האט אן אינערליכע הכרח אנצוגיין איז די גאנצע גוף אין א שטארקע גייסט ממילא באקומט עס נישט קיין שוואכקייטען אבער אין די רגע וואס די מענטש לאזט נאך דאן לאזט די גוף אויך נאך.
די זעלבע זעהט מען ביי עלטערע אידען וואס רוטייערן , יעדער פון אייך האט שוין מסתמא דאס אליין בייגעוויונט ,פון מהערט אויף ארבייטען הייבט זיך אן אלע מעשיות משפירט די הארץ די פוס טוט וויי וכו'וכו' (אפשר קען טאקע איינער מער מסביר זיין די ענין).
לפי''ז יצא לנו שתי נקודות:
א'- קען זיין אז די איינשפארען א מענטש אינדערהיים און נישט לאזען אנגיין מיט די טאג טעגלעכע סדר , דאוואנען , לויפען צום ארבייט וכו' דאס אליין שטעלט אויס די מענטש פיל מער צום וויירוס.
ב'- ועוד יותר קען זיין אז פיל פון די ווייטאגען וואס מאנכע שפירען זיצענדיג אינדערהיים איז בלויז א פועל יוצא פון זיצען אינדערהיים און נישט אנגיין מיטען לעבען און האט קייין שייכות מיטען וויירוס!

Re: וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 9:39 am
דורך לעכטל
די נייגעריגער האט געשריבן:אגב שמעתי פון א מגיד שעור אמאל אז יעדער בין הזמנים באקומט ער א שוואכקייט צו א פארקילעכצט אדער א אנדערע מיחוש ער טעהנ'ט אז וווילאנג א מענטש גייט אן מיט א שטרענגע סדר מיט א רוטין אין האט אן אינערליכע הכרח אנצוגיין איז די גאנצע גוף אין א שטארקע גייסט ממילא באקומט עס נישט קיין שוואכקייטען אבער אין די רגע וואס די מענטש לאזט נאך דאן לאזט די גוף אויך נאך.
די זעלבע זעהט מען ביי עלטערע אידען וואס רוטייערן , יעדער פון אייך האט שוין מסתמא דאס אליין בייגעוויונט ,פון מהערט אויף ארבייטען הייבט זיך אן אלע מעשיות משפירט די הארץ די פוס טוט וויי וכו'וכו' (אפשר קען טאקע איינער מער מסביר זיין די ענין).
לפי''ז יצא לנו שתי נקודות:
א'- קען זיין אז די איינשפארען א מענטש אינדערהיים און נישט לאזען אנגיין מיט די טאג טעגלעכע סדר , דאוואנען , לויפען צום ארבייט וכו' דאס אליין שטעלט אויס די מענטש פיל מער צום וויירוס.
ב'- ועוד יותר קען זיין אז פיל פון די ווייטאגען וואס מאנכע שפירען זיצענדיג אינדערהיים איז בלויז א פועל יוצא פון זיצען אינדערהיים און נישט אנגיין מיטען לעבען און האט קייין שייכות מיטען וויירוס!

זאגסט עפעס, אבער למעשה מיזן מיר אלע זיין אינדערהיים.. וואס קען מען טוהן?

Re: וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 1:10 pm
דורך ספרים שטוב
ווי קען מען אין ווילי קויפן מאסקעס?

Re: וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

געשריבן: דינסטאג מארטש 24, 2020 1:38 pm
דורך אונגארישע הייזער
רפואה פארמאסי האט געהאט פאריגע וואך, איך ווייס נישט צו יעצט נאך אויך