וואס קענען מיר טאן איבער די קאראנאוויירוס?

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

קריאה מעורר הזמן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די וואך ווען מ'ליינט אין די סדרה די פרשת הקטורת, איז כדאי פאר יעדעם עס אדורכלערנען בעיון און פארשטיין וואס מ'זאגט יעדען טאג, און דורכדעם ניצול ווערן מכל פגעים רעים, כמבואר בזוהר הקדוש בכמה מקומות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

די בעסטע זאך פארן אימיון סיסטעם, בעסער ווי סיי וועלכע וויטאמין אדער וואונדער אויל, איז שלאפן א פולע נאכט שלאף. מוז נישט זיין אכט שעה דווקא, די עיקר זאך איז צו זיין פיין אויסגערוט ביים אויפשטיין. דאס איז די בעסטע הילף פארן אימיון סיסטעם און ליגט שוין ביי יעדן אין מעדיצין שאפע.

https://www.mayoclinic.org/diseases-con ... q-20057757

https://www.webmd.com/sleep-disorders/f ... k-of-sleep
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

programmer האט געשריבן:אלע בתי מדרשים נעמען אוועק די האנטוכער אבער וואס איז מיט די טעפלעך? אפשר זאל מען לייגן דיספאזעבל טעפלעך און ארויפלייגן אויף די סינקס די פלעסטיקס וואס די דענטיסט לייגט?

וואס הע'ט זיין מיט שיריים פונעם רבי'ן?
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובה דורך איסר האטלקי »

יא יא, אויך זאל מען לייגן דיספאוזעבעל סינקס, אויך די ווענט זאל האבן פירהענג וואס מ'קען טוישן יעדע צען מינוט.
צדיק בן צדיק
שר חמש מאות
תגובות: 975
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 05, 2019 9:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צדיק בן צדיק »

שטאטס מבין האט געשריבן:
programmer האט געשריבן:אלע בתי מדרשים נעמען אוועק די האנטוכער אבער וואס איז מיט די טעפלעך? אפשר זאל מען לייגן דיספאזעבל טעפלעך און ארויפלייגן אויף די סינקס די פלעסטיקס וואס די דענטיסט לייגט?

וואס הע'ט זיין מיט שיריים פונעם רבי'ן?

איך בין זיכער אז די רבי׳ס שיריים וועט נישט שאטן..
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nuwilli »

ביללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:למעשה האבן אסאך בתי מדרשים טאקע אוועקגענומען די האנטוכער. צו עס איז צוליב די רוף דא אדער אויף די אייגענע פארשטאנד מאכט נישט אויס. די עיקר איז אז מען האט געטאן צום זאך.

אבער....

עס זענען נאך דא אסאך וואס האבן נישט אוועקגענומען, צווישן זיי גאר גרויסע בתי מדרש.

וויל איך פארשטיין. אויף וועמענס אחריות נעמט מען נישט אוועק? איך מיין עס איז גאר א גרויסע אחריות. ווער נעמט אויף זיך חלילה וחס אז עפעס קען פאסירן פאר איינעם? זאגט מיר א גבאי מיט גרויס "חכמה"... "דו דארפסט זיך נישט אפווישן דערמיט"!!

ישר כח... מעגסט זיין גאנץ זיכער אז איך האב זיך נישט אפגעווישט דערמיט. אבער וואס טוט זיך מיט די וואס ווישן זיך יא אפ? איז עס נישט מיין פראבלעם אז אנדערע ווערן חלילה אנגעשטעקט? ערשטענס רעדט מען פון אידישע קינדער, צווייטענס, ווי מער זענען אנגעשטעקט, אלס מער שאנס איז אז זיי וועלן עס איבערגעבן חלילה פאר אנדערע דורך פארשידענע וועגן.

עס איז די אחריות פון די גבאים און שמשים. מען קען נישט זאל "ידינו לא שפכו".

פון אנכאפן א האנטוך דארף נאך גארנישט געשען, יעדער ווייסט אז די הענט כאפן א גאנצע צייט אן, און טויזנט זאכן קענען עס אריבערפירן, די פארזיכטיגקייט דארף זיין פון די הענט און ווייטער, בקיצור ווילאנג מ'דרייט זיך אין ביהמ"ד הונדערטער אידן איז נישט די נקודה יא האנטוך און נישט האנטוך, א מקוה זיך טובל'ן צוזאמען אידן איז נאך אזוי ווי א האנטוך.. און אידן גייען ב"ה ווייטער, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, ס'זאל נישט זיין קיין פגע בשכונתינו כאשר שומר עלינו עד עתה.

נאט טו קאמפער
א מקוה האט בליעטש וואס הארגעט וויירוסעס (די בענק, פלאר ETC דארפן טאקע ווערן כסדר גיט געקליענט מיט קעמיקעלס)
אבער א נאסע האנטוך... ה"י
שטאטס מבין
שר חמש מאות
תגובות: 589
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 6:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטס מבין »

אסדר לסעודתא האט געשריבן:אין די לעצטע תקופה ביי הרה"ק מסקולען האט מען נישט געקענט געבן די האנט נאר נאכן זיך וואשן מיט פיורעל.

סאיז נארוואס געקענסילט געווארן די זאל וואס איז געבוקט געווארן אין מאנסי וואס האט געזאלט פארקומען די גרויסארטיגע צענטראלע יארצייט סעודה אויף הרה"ק מסקולען צוליב די גאווערנערס פארארדינונג
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nuwilli »

נא_שכל האט געשריבן:מיר בעטן אלע שמשים און מקווה אידן וואס האבן נאך אין זייער באזיץ די OZONE פילטערס זאלן עס צוריקלייגן אין די מקוואות, ס'איז נאך א שיכט פון באשיצונג קען די וויירוס, ס'הארגעט ווירוסעס און באקטעריעס.

עס איז ארבייט נאך בעסער פון בליטש!

מיט אפאר דולר קען מען קויפן אזא מאשין, טייערע אידן זייט מנדב אפאר דולר ברענגטס עס אין אייער מקוה און העלפט ארויס עס האלטן זויבער פון אלע ווירוסס ל"ע. ובזכות זה זאלמיר אלע אפגעהיטן ווערן פון אלעס בייזן.

ניין, ניין!
OZONE MACHINES
can be dangerous
below from the EPA
When inhaled, ozone can damage the lungs. Relatively low amounts of ozone can cause chest pain, coughing, shortness of breath and, throat irritation. It may also worsen chronic respiratory diseases such as asthma as well as compromise the ability of the body to fight respiratory infections.
נא_שכל
שר שמונת אלפים
תגובות: 8004
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

nuwilli האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:מיר בעטן אלע שמשים און מקווה אידן וואס האבן נאך אין זייער באזיץ די OZONE פילטערס זאלן עס צוריקלייגן אין די מקוואות, ס'איז נאך א שיכט פון באשיצונג קען די וויירוס, ס'הארגעט ווירוסעס און באקטעריעס.

עס איז ארבייט נאך בעסער פון בליטש!

מיט אפאר דולר קען מען קויפן אזא מאשין, טייערע אידן זייט מנדב אפאר דולר ברענגטס עס אין אייער מקוה און העלפט ארויס עס האלטן זויבער פון אלע ווירוסס ל"ע. ובזכות זה זאלמיר אלע אפגעהיטן ווערן פון אלעס בייזן.

ניין, ניין!
OZONE MACHINES
can be dangerous
below from the EPA
When inhaled, ozone can damage the lungs. Relatively low amounts of ozone can cause chest pain, coughing, shortness of breath and, throat irritation. It may also worsen chronic respiratory diseases such as asthma as well as compromise the ability of the body to fight respiratory infections.

דו רעדסט פון לופט קלינערס איך רעד פון וואסער קלינערס, וואס איז עפראווד דורך די epa און ס'איז יארן געווען אין אסאך מקוואות.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ביללער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 496
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 10, 2018 1:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביללער »

nuwilli האט געשריבן:
ביללער האט געשריבן:
לכתחילה אריבער האט געשריבן:למעשה האבן אסאך בתי מדרשים טאקע אוועקגענומען די האנטוכער. צו עס איז צוליב די רוף דא אדער אויף די אייגענע פארשטאנד מאכט נישט אויס. די עיקר איז אז מען האט געטאן צום זאך.

אבער....

עס זענען נאך דא אסאך וואס האבן נישט אוועקגענומען, צווישן זיי גאר גרויסע בתי מדרש.

וויל איך פארשטיין. אויף וועמענס אחריות נעמט מען נישט אוועק? איך מיין עס איז גאר א גרויסע אחריות. ווער נעמט אויף זיך חלילה וחס אז עפעס קען פאסירן פאר איינעם? זאגט מיר א גבאי מיט גרויס "חכמה"... "דו דארפסט זיך נישט אפווישן דערמיט"!!

ישר כח... מעגסט זיין גאנץ זיכער אז איך האב זיך נישט אפגעווישט דערמיט. אבער וואס טוט זיך מיט די וואס ווישן זיך יא אפ? איז עס נישט מיין פראבלעם אז אנדערע ווערן חלילה אנגעשטעקט? ערשטענס רעדט מען פון אידישע קינדער, צווייטענס, ווי מער זענען אנגעשטעקט, אלס מער שאנס איז אז זיי וועלן עס איבערגעבן חלילה פאר אנדערע דורך פארשידענע וועגן.

עס איז די אחריות פון די גבאים און שמשים. מען קען נישט זאל "ידינו לא שפכו".

פון אנכאפן א האנטוך דארף נאך גארנישט געשען, יעדער ווייסט אז די הענט כאפן א גאנצע צייט אן, און טויזנט זאכן קענען עס אריבערפירן, די פארזיכטיגקייט דארף זיין פון די הענט און ווייטער, בקיצור ווילאנג מ'דרייט זיך אין ביהמ"ד הונדערטער אידן איז נישט די נקודה יא האנטוך און נישט האנטוך, א מקוה זיך טובל'ן צוזאמען אידן איז נאך אזוי ווי א האנטוך.. און אידן גייען ב"ה ווייטער, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, ס'זאל נישט זיין קיין פגע בשכונתינו כאשר שומר עלינו עד עתה.

נאט טו קאמפער
א מקוה האט בליעטש וואס הארגעט וויירוסעס (די בענק, פלאר ETC דארפן טאקע ווערן כסדר גיט געקליענט מיט קעמיקעלס)
אבער א נאסע האנטוך... ה"י

קיינער ווייסט נאך אפילו נישט פונקטליך וואס און וויאזוי ס'צושפרייט זיך, די גרעסטע דאקטוירים, אבער נאסקייט איז דא איבעראל ווי מענטשן רעדן און אטעמען.
א מקוה אז ס'הרג'ט וועגן די קעמיקעלס איז אויך ווייט פון אמת, אבער איך וויל אידן זאלן גיין אין מקוה.
קעדילעק
שר האלף
תגובות: 1144
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2018 3:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעדילעק »

לכאורה קוקט אויס אז די בעטסע הייל מיטל קעגן קאראנע איז טוילעט פאפיר און וואסער, ווי מער מ'קויפט אלס מער שאנס צו ווערן אפגעהיטן און אפילו געהיילט, פוק חזו מאי עמא דבר..
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6408
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

אין א געוויסע געשעפט האב איך געזען ווי אן ארבעטער וואשט אפ מיט דיסאינפעציע ווייפס אלע שאפינג קארטס. אנדערע נעמען ארום די אנכאפער פון די קארט, בעיקר איז וויכטיג צו דיסאינפקעטירן פלעצער ווי מענטשן כאפן אן אסאך, ווי הענטלעך פון טירן, בפרט אין שולן, די הענטלעך פון סינקס, הענטלעך פון פערקיולעיטארס וכדו'.
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:בעיקר איז וויכטיג צו דיסאינפקעטירן פלעצער ווי מענטשן כאפן אן אסאך, ווי הענטלעך פון טירן, בפרט אין שולן, די הענטלעך פון סינקס, הענטלעך פון פערקיולעיטארס וכדו'.

פערקיולעיטאר הענטל וואס יעדער כאפט אן און נאכדעם נעמען קאצקע ציקער אין מויל...
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער געיעג נאך וואסער און טוילעט פאפיר? איך קום צום מסקנא אז 50 פראצענט מענטשן זענען פשוט נישט ביים דעת.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

יא יא, דעיס איז מער ניצבאר קעגען בייקטיריע

Ly.jpg
Ly.jpg (16.52 KiB) געזען 751 מאל

Clu.jpg
Clu.jpg (31.33 KiB) געזען 751 מאל

קויפט ווילאנג סאיז נאך ביליג אין דא
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

בעריש'ל האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער געיעג נאך וואסער און טוילעט פאפיר? איך קום צום מסקנא אז 50 פראצענט מענטשן זענען פשוט נישט ביים דעת.

נאר 25% מענטשן זענען נישט ביים דעת. די אנדערע 25% קויפן ווייל זיי האבן די שכל אויפן קאפ און זעהן ווי פרייזן גייען ארויף ווי משוגע און זיי סטאקן זיך יעצט אן פאר די קומענדיגע האלבע יאר (אזוי ווי איך). די איבריגע 50% מענטשן קויפן גארנישט איין יעצט מער ווייל היות די גאנצע פאניק קומט דאך פון די פאלטשע מידיע מיינט עס אז זאכן קענען נישט אויסלויפן און ווערן טייער.

זייטס נישט קיין נערנים און קויפטס איין יעצט ווילאנג ס'איז נאך דא און ווי לאנג די פרייז איז נישט 20 מאל די פרייז פון יעצט. אדרבה כאפ נאר א בליק אויף עמעזאן די פרייזן אויף בעסיק פעיפער גודס.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
שמארטיקל
שר האלף
תגובות: 1419
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2019 8:50 pm
לאקאציע: אונטערן קאפל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמארטיקל »

ס'נאך דא ערגעץ צו באקומען פיורעל?

ווייסט איינער איבער דעם פראדוקט:
https://www.amazon.com/dp/B085PW23XY/re ... =UTF8&th=1
אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 13517
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 8:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה הילדעסהיימער »

איינמאל ס'איז 60% אלקאהאל דארף עס זיין אפעקטיוו קעגן ווירוסן.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4095
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

א גולם האט געשריבן:יא יא, דעיס איז מער ניצבאר קעגען בייקטיריע

Ly.jpg

Clu.jpg

קויפט ווילאנג סאיז נאך ביליג אין דא

איך האב עס שוין ארימגעזיכט..
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

nmi האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער געיעג נאך וואסער און טוילעט פאפיר? איך קום צום מסקנא אז 50 פראצענט מענטשן זענען פשוט נישט ביים דעת.

נאר 25% מענטשן זענען נישט ביים דעת. די אנדערע 25% קויפן ווייל זיי האבן די שכל אויפן קאפ און זעהן ווי פרייזן גייען ארויף ווי משוגע און זיי סטאקן זיך יעצט אן פאר די קומענדיגע האלבע יאר (אזוי ווי איך). די איבריגע 50% מענטשן קויפן גארנישט איין יעצט מער ווייל היות די גאנצע פאניק קומט דאך פון די פאלטשע מידיע מיינט עס אז זאכן קענען נישט אויסלויפן און ווערן טייער.

זייטס נישט קיין נערנים און קויפטס איין יעצט ווילאנג ס'איז נאך דא און ווי לאנג די פרייז איז נישט 20 מאל די פרייז פון יעצט. אדרבה כאפ נאר א בליק אויף עמעזאן די פרייזן אויף בעסיק פעיפער גודס.

פאפיר מאכט מען דאהי גענוג און נאך, נישטא קיין שום סיבה אז ס'זאל אויסגיין. אדרבה, פרעג דיך נאך ביי די קאמפעניס. אלע גראסעריס וועלן האבן גענוג און נאך. וואסער ווייס איך נישט, אבער לכאורה איז אויך דא גענוג וואסער.

אנדערש ווי פיורעל וואס קומט פון כינע און איז נישט קיין געווענליכע פראדוקט וואס אלע מענטשן נוצן יעדן טאג.
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4239
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

לעכטל האט געשריבן:
א גולם האט געשריבן:יא יא, דעיס איז מער ניצבאר קעגען בייקטיריע

Ly.jpg

Clu.jpg

קויפט ווילאנג סאיז נאך ביליג אין דא

איך האב עס שוין ארימגעזיכט..

שששש, לאקעל פארמעסי איז נאך דא
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

אויב ס'איז נישט יעצט קיין פאפיר אין געוויסע גראסעריס איז עס נאר ווייל ס'נעמט צייט די קאמפעניס זאלן נאכיאגן די דעליוועריס צו אזויפיל פלעצער. אבער ס'איז דא איבער גענוג פאר גאנץ כלל ישראל והגלילות פאר די קומענדיגע יארן.
אוועטאר
nmi
שר חמשת אלפים
תגובות: 5122
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nmi »

איסר האטלקי האט געשריבן:
nmi האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:קען מיר איינער מסביר זיין וואס איז דער געיעג נאך וואסער און טוילעט פאפיר? איך קום צום מסקנא אז 50 פראצענט מענטשן זענען פשוט נישט ביים דעת.

נאר 25% מענטשן זענען נישט ביים דעת. די אנדערע 25% קויפן ווייל זיי האבן די שכל אויפן קאפ און זעהן ווי פרייזן גייען ארויף ווי משוגע און זיי סטאקן זיך יעצט אן פאר די קומענדיגע האלבע יאר (אזוי ווי איך). די איבריגע 50% מענטשן קויפן גארנישט איין יעצט מער ווייל היות די גאנצע פאניק קומט דאך פון די פאלטשע מידיע מיינט עס אז זאכן קענען נישט אויסלויפן און ווערן טייער.

זייטס נישט קיין נערנים און קויפטס איין יעצט ווילאנג ס'איז נאך דא און ווי לאנג די פרייז איז נישט 20 מאל די פרייז פון יעצט. אדרבה כאפ נאר א בליק אויף עמעזאן די פרייזן אויף בעסיק פעיפער גודס.

פאפיר מאכט מען דאהי גענוג און נאך, נישטא קיין שום סיבה אז ס'זאל אויסגיין. אדרבה, פרעג דיך נאך ביי די קאמפעניס. אלע גראסעריס וועלן האבן גענוג און נאך. וואסער ווייס איך נישט, אבער לכאורה איז אויך דא גענוג וואסער.

אנדערש ווי פיורעל וואס קומט פון כינע און איז נישט קיין געווענליכע פראדוקט וואס אלע מענטשן נוצן יעדן טאג.

ווי איז דא וואסער גענוג אין נאך? און געב א טשעק די פרייזן.
פעמפרס, פולאפס, ווייפס איז דא גענוג און נאך? די פרייזן זענען שרעקליך.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8847
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

ס'איז נישט ווייל ס'איז נישטא גענוג
נאר ווייל אפאר סאושעליסטן ( בלע"ז סאושעל מידיע בהימות)האבן אנגעדרייט א פאניק אז ס'לויפט אויס

ס'וועט זיין אי"ה גענוג פון אלע וויכטיגע פראדוקטן
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4042
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעריש'ל »

nmi האט געשריבן:ווי איז דא וואסער גענוג אין נאך? און געב א טשעק די פרייזן.

אה! כאב געטראפן וואסער.
אטעטשמענטס
1019352-2-handle-faucet.jpg
1019352-2-handle-faucet.jpg (116.74 KiB) געזען 542 מאל
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”