וואס און וויאזוי מתפלל צו זיין בנוגע די קאראנא-וויירוס

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

וואס און וויאזוי מתפלל צו זיין בנוגע די קאראנא-וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

ווי מ'הערט ליידער שטעלט זיך די וויירוס נאכנישט אפ, דארף מען וויסן וואס צו בעטן ביי אונזער טאטן אין הימל און וואס אינזינען צו האבן ביים דאווענען אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד.

וועלן מיר אנהייבן מיט די ברכות פון שמונה עשרה וואס קומט אויפן געדאנק.

אתה חונן

מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל געבן די ריכטיגע פארשטאנד פאר די פירער פון אונזער לאנד צו טון די ריכטיגע שריט צוריקצוהאלטן די פארשפרייטונג.

מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל געבן די ריכטיגע פארשטאנד פאר די דאקטוירים אויפצוקומען מיט רפואות און ווי אויך מניעות (וואקסינען) פאר די וויירוס פארשפרייטונג.

רפאנו

אוודאי דארף מען אינזינען האבן אז דער בורא רפואות זאל אויסהיילן אלע קראנקע און ווי אויך אז די געזונטע זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט דערמיט.

לענ"ד דארף מען מתפלל זיין אויך אויף די גוים אז זיי זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט אויסער דעם וואס בדרך הטבע זאל מען נישט איבערכאפן פון די שכנים איז אויך ווייל אונז וואוינען מיר ביי זיי און אויך ווייל מ'זאל נישט חושד זיין - ווי מאנכע האבן נאכגעברענגט פון די "שווארצע מגיפה".

ברך עלינו

מ'דארף מתפלל זיין אז אידישע פרנסות זאלן נישט ווערן אפעקטירט צום שלעכטן צוליב די אויסברוך און ווי אויך זאל נישט זיין קיין מאנגל אין לעבנסוויכטיגע פראדוקטן.

שומע תפילה

מ'דארף מתפלל זיין אז מ'זאל נישט געשטערט ווערן אנצוגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן ווי פארשפארטע ארבייט'ס פלעצער אדער ביהמ"ד/סקולס - וואס אין געוויסע לענדער איז דאס שוין א פאקט.


תפילה העלפט ס'איז נישט קיין שאלה!

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים
yoel2124441100
שר חמש מאות
תגובות: 911
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 30, 2015 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoel2124441100 »

תּשובה העלפט אװדאי אױך,
קאטשקע אויפן וואסער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 12:20 am

Re: וואס און וויאזוי מתפלל צו זיין בנוגע די קאראנא-וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאטשקע אויפן וואסער »

עס איז מערקווירדיג נאכצוברענגען א פסק פונעם חות יאיר (מקור חיים סי' קכז, בקיצור הלכות), אז אויך ווען מען דאווענט ביחידות, זאל מען זאגן 'מודים דרבנן' נאך שמונה עשרה. פארוואס? ווייל ביי שמונה עשרה בעט מען נישט אויף אריכות ימים, און ביי מודים דרבנן יא! "כן תחיינו ותקימנו".
איך ווייס נישט וועגן הלכה למעשה, אבער לידיעה איז עס זיכער אינטערעסאנט.

מקור חיים.JPG
מקור חיים.JPG (134.64 KiB) געזען 811 מאל
"גם שכלנו מתת אלקים הוא ואיסור גמור לצערו" (הג"ר ישראל משה חזן, איי הים על תשובות הגאונים - שערי תשובה, סי' קפז הערה כח).
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

Re: וואס און וויאזוי מתפלל צו זיין בנוגע די קאראנא-וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נשמה »

ממה נפשך האט געשריבן:ווי מ'הערט ליידער שטעלט זיך די וויירוס נאכנישט אפ, דארף מען וויסן וואס צו בעטן ביי אונזער טאטן אין הימל און וואס אינזינען צו האבן ביים דאווענען אז ס'זאל נישט שאטן פאר קיין שום איד.

וועלן מיר אנהייבן מיט די ברכות פון שמונה עשרה וואס קומט אויפן געדאנק.

אתה חונן

מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל געבן די ריכטיגע פארשטאנד פאר די פירער פון אונזער לאנד צו טון די ריכטיגע שריט צוריקצוהאלטן די פארשפרייטונג.

מ'דארף מתפלל זיין אז דער אויבערשטער זאל געבן די ריכטיגע פארשטאנד פאר די דאקטוירים אויפצוקומען מיט רפואות און ווי אויך מניעות (וואקסינען) פאר די וויירוס פארשפרייטונג.


ממה נפשך. וואס וואס בעטן?! וואס אוי געוואלד. דו אליין האסט נישט געוואוסט וואס דו זאגסט דא. זאל געבן די ריכטיגע פארשטאנד. פאר די פירער. פון אונזער לאנד. ריכטיגע שריט. אוי יעדעס ווארט. יעדעס ווארט.

איך זאג דיר אז ווען דו האסט דאס געשריבן האסטו אליין נישט געוואוסט וואס ס'ווארט נעבעך אפ.

רפאנו

אוודאי דארף מען אינזינען האבן אז דער בורא רפואות זאל אויסהיילן אלע קראנקע און ווי אויך אז די געזונטע זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט דערמיט.

לענ"ד דארף מען מתפלל זיין אויך אויף די גוים אז זיי זאלן נישט ווערן אנגעשטעקט אויסער דעם וואס בדרך הטבע זאל מען נישט איבערכאפן פון די שכנים איז אויך ווייל אונז וואוינען מיר ביי זיי און אויך ווייל מ'זאל נישט חושד זיין - ווי מאנכע האבן נאכגעברענגט פון די "שווארצע מגיפה".

ברך עלינו

מ'דארף מתפלל זיין אז אידישע פרנסות זאלן נישט ווערן אפעקטירט צום שלעכטן צוליב די אויסברוך און ווי אויך זאל נישט זיין קיין מאנגל אין לעבנסוויכטיגע פראדוקטן.


אידישע פרנסות. אוודאי דארף מען בעטן. אנטשולדיגט אוודאי האט מען געדארפט בעטן. און מ'דארף בעטן.
שומע תפילה

מ'דארף מתפלל זיין אז מ'זאל נישט געשטערט ווערן אנצוגיין מיט'ן טאג טעגליכן לעבן ווי פארשפארטע ארבייט'ס פלעצער אדער ביהמ"ד/סקולס - וואס אין געוויסע לענדער איז דאס שוין א פאקט.


פארשפארטע. ארבעטס פלעצער. בית המדרש. מ'דארף מתפלל זיין. אוי.
תפילה העלפט ס'איז נישט קיין שאלה!

והן קל כביר לא ימאס תפילת רבים


מ'דארף נאך אסאך רחמי שמים, לאמיר בעטן. והשם הטוב יעזור. ווען דו וואלסט געוואוסט וואלסטו געשריגן דעם אשכול: יודן מ'דארף מתפלל זיין.
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4865
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

Re: וואס און וויאזוי מתפלל צו זיין בנוגע די קאראנא-וויירוס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

טאקע נישט געוואוסט ווי שטארק מ'דארף מתפלל זיין.

לעולם יקדים אדם תפילה לצרה!
שרייב תגובה

צוריק צו “קאראנא וויירוס”