"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

!want to be good האט געשריבן:
נשמה האט געשריבן:בעזרת השי"ת עושה שמים וארץ

וואס טוט מען מיט אזא מעלדונג? איז די אויסדרוק "מ'קען פלאצן" ?

איך ווייס נישט אויף זיכער,
אבער מיין שכל זאגט מיר אז זיי רעדן איבער אסאך סארטן טעסט'ס וועלכע זענען נישט פארלעסליך, אבער עס זענען פארהאן עטליכע וועלכע זענען שוין באשטעטיגט צו זיין 100% פונקטליך.

אמת
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך !want to be good »

פאלעסיידס האט געשריבן:

סאו טייערע נשמה!
דו ברויכסט נישט פלאצן!
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

הסרפד האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:עין וואס?

עס איז א מאטהעמאטישע חשבון (וואס איך האב נישט גוט ארויס!) וואס זאגט אז ווען מען רעכענט מעגליכקייטן פון גרייזן לצד זה אדער לצד אחר מוז מען ערשטע מאכן א חשבון וויפיל געהערן צו דעם אדער יענעם קאטעגאריע.

די גרינגע משל איז, אויב האט איר א טעסט וואס א 5% false positive -הפלא ופלא, זייער אקוראט!- אבער דאס וואס איר זוכט האט נאר 1% שאנס מעגליכקייט, וועט איר טרעפן היבש מער פאלשע ווי ריכטיגע.

איך האב עס נישט אויס גערעכנט אין גאנצן, אבער לפום ריהוט האט מען דא פונקט די זעלבע פראבלעם אויף פארקערט - אויב, נניח, איז קאוויד גורם דעם קאוואסאקי'שע מעשה, קומט אויס אז דער סברא זאגט אז רוב פון דיע וואס באווייזן זיך מיט אזא חשש האבן אנטי-באדיס, יעצט דארף מען רעכנען וויפיל מיט אנטי-באדיס וועט דעם טעסט נישט כאפן...

זייער אינטערעסאנט. כהאב נאכנישט געהערט פון די ריהוט טעאריע אבער מוועט דארפען לאזען די פארשערס זיך אויסגעבען אין פסקנען פאר אונז הלכה למעשה
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הסרפד »

מיין קיבארד איז מורד אין מיר... צ"ל 'לפום ריהטא'
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

הסרפד האט געשריבן:מיין קיבארד איז מורד אין מיר... צ"ל 'לפום ריהטא'

אה געמיינט אז די רעדסט פון א מאן,

אבער למייסע האבען זיי דערווייל זייער שוואכע פראוו אויף די קאוואסאקי ב"ה,
(איגען זיי דארפען טון זייער זשאב אין עס אויספארשען אבער איך רעד פון ווי סהאלט יעצט)
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

וועו מרעדט פון א צווייטע כוואליע רעדט מען פון תיכף ומיד ווען מלאזט נאך, אדער מרעדט פון אפאר חדשים שפעטער נאך זומער ווען סקומט צירוק פון א אנדערע לאנד?
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך !want to be good »

פאלעסיידס האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:מיין קיבארד איז מורד אין מיר... צ"ל 'לפום ריהטא'

אה געמיינט אז די רעדסט פון א מאן,

אבער למייסע האבען זיי דערווייל זייער שוואכע פראוו אויף די קאוואסאקי ב"ה,
(איגען זיי דארפען טון זייער זשאב אין עס אויספארשען אבער איך רעד פון ווי סהאלט יעצט)

זייער שוואכע פראוו אז וואס
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

ווייל אויב רעדט מען פון ווינטער אדער גאר א יאר שפעטער וואס האט מען פון שלעפען די לאוקדאנס?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

!want to be good האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:מיין קיבארד איז מורד אין מיר... צ"ל 'לפום ריהטא'

אה געמיינט אז די רעדסט פון א מאן,

אבער למייסע האבען זיי דערווייל זייער שוואכע פראוו אויף די קאוואסאקי ב"ה,
(איגען זיי דארפען טון זייער זשאב אין עס אויספארשען אבער איך רעד פון ווי סהאלט יעצט)

זייער שוואכע פראוו אז וואס

אז קאוועסאקי איז נאכווייען פון די וויירוס.
(קען זיין אומדירעקט יא ווי קינדער זענען געווען אונטער שטארקע סטרעס א לענגערע צייט און געכאפט אזא כמו עלעזשי ריעקשען צי וואס)
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך !want to be good »

פאלעסיידס האט געשריבן:וועו מרעדט פון א צווייטע כוואליע רעדט מען פון תיכף ומיד ווען מלאזט נאך, אדער מרעדט פון אפאר חדשים שפעטער נאך זומער ווען סקומט צירוק פון א אנדערע לאנד?

אויב גייט מען זיין פארזיכטיג איז מעגליך אז אין אפאר חדשים אדער אפשר און הלואי קיינמאל מער נישט.
אבער אויב גייט מען פראווענען גרויסע קדישים מיט חתונות דאן השם ירחם.....

דו קענסט די מעשה מיט די שיכור?
די וועלט זאגט עס איז געווען א שיכור וועלכע האט זיך נישט געקענט אפגעוויינען פון די ביטערע טראפ....
איינמאל האט ער זיך גענומען און ער האט מצליח געווען זיך איננצוהאלטן פאר 1 וואך!!
ווי נאר ער האט געענדיגט אזא סוקסעס, איז ער געלאפן אין קרעטשמע צו מאכן א לחיים לכבוד די גרויסע דערגרייכונג.....

לאמיר האפן מיר וועלן נישט זיין ווי די שיכור, און נישט צוריק לויפן צום קרעטשמע תיכף ומיד....
ב''ה די וויירוס פארשפרייט זיך שוין נישט אזוי שטארק ביי אונז, אבער לאמיר עס נישט פייערן מיט גרויסע סעודות שבועות און מיט באמבאסטישע חתונות....... מען ברויך ניצן דעם שכל.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

סא דיין תירוץ ווען מרעדט פון א צווייטע כוואליע איז זיי ווייסען נישט? סווענט זיך?
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הסרפד »

פאלעסיידס האט געשריבן:
!want to be good האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:מיין קיבארד איז מורד אין מיר... צ"ל 'לפום ריהטא'

אה געמיינט אז די רעדסט פון א מאן,

אבער למייסע האבען זיי דערווייל זייער שוואכע פראוו אויף די קאוואסאקי ב"ה,
(איגען זיי דארפען טון זייער זשאב אין עס אויספארשען אבער איך רעד פון ווי סהאלט יעצט)

זייער שוואכע פראוו אז וואס

אז קאוועסאקי איז נאכווייען פון די וויירוס.
(קען זיין אומדירעקט יא ווי קינדער זענען געווען אונטער שטארקע סטרעס א לענגערע צייט און געכאפט אזא כמו עלעזשי ריעקשען צי וואס)

עס האט ביז היינט נישט געפעהלט קיין פעלער פון קינדער אויף דער וועלט מיט שטארקע סטרעס, און אויך רעדט מען דא פון א גרויסע נומער פון פעלער פון א זעלטענע קרענק, איז נישט קיין פלא אז די סברא איז נוטה אזוי.

רייט.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הסרפד »

פאלעסיידס האט געשריבן:סא דיין תירוץ ווען מרעדט פון א צווייטע כוואליע איז זיי ווייסען נישט? סווענט זיך?

עפעס פעהלט מיר דא א חלק פון דעם חשבון. וואס האט א צווייטע כוואליע ה"י מיט דעם כמו-קאוואסאקי? אדער רעדט איר פון צוויי באזונדערע זאכן?
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

ווייסט וואס איך זאל דיך זאגען איך בין נישט זיכער אז אזוי סאך קינדער האבען געהאט אזוי סאך סטרעס אזא לאנגע צייט, אין קען זיין זיי האבען געזען א לענגערע צייט א פארלוירענקייט ביי זייערע עלטערען , און אפגעהאקט פון זייער רוטין אין נאנטע חבירים, נישט געמאכט עקסערסייז, אבער האסט נאך אלטס א פוינט, בקיצור כוועל עס לאזען פאר די פארשער
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

הסרפד האט געשריבן:
פאלעסיידס האט געשריבן:סא דיין תירוץ ווען מרעדט פון א צווייטע כוואליע איז זיי ווייסען נישט? סווענט זיך?

עפעס פעהלט מיר דא א חלק פון דעם חשבון. וואס האט א צווייטע כוואליע ה"י מיט דעם כמו-קאוואסאקי? אדער רעדט איר פון צוויי באזונדערע זאכן?

איך רעד פון צוויי אנדערע זאכען, סארי אויב האסט פארשטאנען אנדערש
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך !want to be good »

פאלעסיידס האט געשריבן:סא דיין תירוץ ווען מרעדט פון א צווייטע כוואליע איז זיי ווייסען נישט? סווענט זיך?

די ערשטע זאך פארשטייט זיך איז תפילה לקל חי! ער מאכט אלעס, ער פירט אלעס, און ווי מען זאגט אין די תפילה פון די תפארת שלמה? רבש'ע ידעתי כי הנני בידך וכו'.

א צווייטע כוואליע קען זיין אויף צוויי וועגן:

די ערשטע וועג איז ווען די מגיפה געט א ווידער-אויפבלי נאך איידער איז איז אינגאנצן פארשווינדן.

די שאנסן עס זאל ווידער אויפבליען, אויב מען געט זיך נישט אכטונג און מפטירין כדאתמול, דאן וויל איך נישט תפתח פה'ן ח''ו
אבער אויב מען האלט אפילו מינימאלע נארמאלע היגיענישע הנהגות, ווי נישט ניצן האנטוכער, נישט אנהיסן אויף מענטשן, נישט טינקען ביים רבין'ס שלש סעודות אין איין קליינע טעלער 15 מענטשן, זיין אביסל מער מענטשליך, וואשן מיט זייף ווען מען קומט אריין אין שטוב, (נישט פוצן די נאז אין מקוה בור אריין....), דאן קען עס זיין סאך מילדער.

די סארט כוואליע, האט א גוטע פונקט, אז אלע וועלכע זענען שוין געווען אנגעשטעקט און האבן שוין אנטוויקלט א געוויסע סארט אימיונעטי קעגן דעם, זיי קענען עס שוין נישט באקומען.
ווידער פון די אנדערע זייט האט עס א חסרון, אז מענטשן האבן זיך שוין נישט קיין געדולד צו אכטונג געבן, און מען הייבט אן נאכלאזן.... וואס דאס קען ברענגען צומאל אז די צווייטע כוואליע זאל זיין ערגער ווי די ערשטע רחמנא ליצלן ל''ע.

---------------------------
עס איז דא נאך א סארט צווייטע כוואליע, און לאמיר אלע מתפלל זיין אז סיי די פריערדיגע און אודאי נישט די כוואליע זאל חלילה נישט צוריק קומען.

דאס געשעט אויב די וויירוס/פלו געט זיך אביסל א טויש די גענעטישע צוזאמשטעל, וואס דעמאל'ס אפילו די וואס האבן שוין אימיוניטי אקעגן די וויירוס פון א האלב יאר צוריק, אבער די וויירוס האט זיך געטוישט אביסל און עס איז ווי א נייע פיינט רח''ל.

די כוואליע האט ביידע חסרונות
איינ'ס אז קיינער האט נישט קיין אימיוניטי דערקעגן, אפילו די וואס האבן זיך שוין ארויסגעדראפעט דערפון ביים ערשטן צייקל
צווייטנ'ס, מענטשן האבן שוין נישט קיין געדולד צו אכטונג געבן, וואס די צוויי פאקטארן קען עס מאכן סאך מער שעדליך ווי די אנדערע סארט ''צווייטע כוואליע''.

-------------------------------

ב''ה לויט ווי די פארשער זאגן יעצט, האט זיך ביז יעצט די וויירוס נישט געטוישט. וואס דאס מיינט אז לויט ווי מען האלט יעצט גייט נישט זיין די צווייטע סארט ''צווייטע כוואליע'' ב''ה.

בנוגע די ערשטע סארט צווייטע כוואליע, איז אבער איין נקודה נישט קלאר, ווילאנג די אימיוניטי פון די וויירוס האלט זיך, און אויב עס האלט זיך נאר אפאר חדשים ווי אנדערע האבן געברענגט דא היינט, דאן קען גאר זיין אז די צווייטע כווליע זאל ווייטער זיין א שטארקע רח''ל, ווייל קיינער איז נישט אימיונוט......
--------------

דאס אלעס איז די דרך הטבע, אונז אידן האבן דאך די טבע ביי אונז אין קליין קעשענע מיט אביסל נאסע תפילות...... מיר קענען אויס'פועל'ן מיט אונזער מויל עס זאל אינגאנצן אוועקגיין בעזר השם. ונתנם בכל שונאיך.
פאלעסיידס
שר חמשת אלפים
תגובות: 5038
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 5:28 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פאלעסיידס »

זייער שיין wow
זייער קלאר, אין א גוטע שפראך
שכח
!want to be good
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 06, 2019 5:48 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך !want to be good »

פאלעסיידס האט געשריבן:זייער שיין wow
זייער קלאר, אין א גוטע שפראך
שכח

יישר כח!
עס איז אלעמאל געשמאק צוריק צוהערן א קאמפלימענט, ספעציעל ווען עס האט גענומען עטליכע מינוט צו טייפן....
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3547
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך ר' יום טוב »

איך ווייס נישט אויב קאוועסאקי האט מיט די וויירוס אדער נישט. עס איז מיר אבער א וואונדער די איינזייטיגקייט פון די באאמטע וואס שטופן אזוי שנעל צו זאגן אז ס'האט שייכות, בו בזמן ווען מ'צייגט זיי קלארע פאקטן אויף סיי וואסערע הינזיכט, רעאגירן זיי מיט בערך אזא קעלבערנע סטעיטמענט: עס איז נישטא גענוג אינפארמאציע צו וויסן גענוי זיכער, עס איז נאכנישט דא די שטודיעס, א.א.וו.

און געערטער גאווערנער קאומא: וויאזוי ווייסט איר צו זאגן זיכער אז אדאנק די מאסקעס פון די העלט קעיר באאמטע האבן זיי ווינציגער געכאפט די וויירוס? איז געווען סיי וועלכע איבערצייגנדע שטודיע דערויף? אפשר איז געווען א צווייטע סיבה?

עס געפעלט מיר די דאבל סטענדערד. וואס מ'וויל גלייבן איז גענוג א טעאריע וואס מ'שטעלט צאם. און וואס נישט, מוז נאך דורכגיין יארן פון גרינדליכע שטודיע'ס.
הסרפד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3664
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 07, 2011 9:36 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך הסרפד »

ר' יום טוב האט געשריבן:איך ווייס נישט אויב קאוועסאקי האט מיט די וויירוס אדער נישט. עס איז מיר אבער א וואונדער די איינזייטיגקייט פון די באאמטע וואס שטופן אזוי שנעל צו זאגן אז ס'האט שייכות, בו בזמן ווען מ'צייגט זיי קלארע פאקטן אויף סיי וואסערע הינזיכט, רעאגירן זיי מיט בערך אזא קעלבערנע סטעיטמענט: עס איז נישטא גענוג אינפארמאציע צו וויסן גענוי זיכער, עס איז נאכנישט דא די שטודיעס, א.א.וו.

און געערטער גאווערנער קאומא: וויאזוי ווייסט איר צו זאגן זיכער אז אדאנק די מאסקעס פון די העלט קעיר באאמטע האבן זיי ווינציגער געכאפט די וויירוס? איז געווען סיי וועלכע איבערצייגנדע שטודיע דערויף? אפשר איז געווען א צווייטע סיבה?

עס געפעלט מיר די דאבל סטענדערד. וואס מ'וויל גלייבן איז גענוג א טעאריע וואס מ'שטעלט צאם. און וואס נישט, מוז נאך דורכגיין יארן פון גרינדליכע שטודיע'ס.

איך פארשטיי בכלל נישט דעם טענה. דער 'ווילן' האט איר דא אריין געלייגט.

מען קען נישט זיצן אין גארנישט טוהן - מען דארף טוהן וואס איז מסתבר, ביז מען ווייסט פארקערט.

מען נעמט מאטרין, ווייל עס איז מסתבר אז עס שאדט נישט, ביז איינער זאגט אז עס איז זעהט אויס אז עס שאדט יא, הערט מען אויף צו נעמן, ביז מען האט אויף געוויזן אז עס שאדט טאקע נישט.
מאסקעס איז מסתבר אז עס הילפט, ממילא איז מען תולה אז עס הילפט ביז מען ווייסט פארקערט.
דער כמו-קאוואסאקי זעהט אויס געבינדן מיט קאוויד, ממילא רעכנט מען זיך דערמיט כאילו עס איז, ביס מען וועט האבן א ראיה אדער חאטש א רמז אויף פארקערט. (און פון אנהייב, ווען עס נאר געוועהן אין איטאליע, האט מען געמאכט אין אמעריקא א גרויסן 'מאן יימר', מען האט נישט 'געוואלט' עס גלייבן, ביז... עס איז שוין נישט געוועהן מסתבר אז עס איז סתם א מקרה.)
טראק דרייווער
שר האלפיים
תגובות: 2283
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך טראק דרייווער »

הסרפד די האסט געענטפערט א תירוץ צו דער זאך.
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזך
פארשער
שר האלף
תגובות: 1847
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך פארשער »

זיי טוען אבער דאך נישט דוקא וויאזוי ס'איז מסתבר.
עס איז מסתבר אז איינער וואס האט שוין געהאט דעם וויירוס איז כמעט זיכער אז ער וועט עס נישט [יעצט] באקומען נאכאמאל דאך ווארענען זיי אז "מ'קען גארנישט וויסן", עס איז מסתבר אז איינער וואס איז שוין לאנג אויסגעהיילט קען נישט אנשטעקן אנדערע דאך ווארענען זיי די זעלבע.
וואס זיי טוען בעסיקלי איז אז זיי זאגן אז מען דארף האבן גאר שטארקע באווייזן אויפצואווייזן עפעס סייענטיפיש אבער זיי וועלן זיך אויס לויט ווי עס שמעקט זיי אויף וועלעכע זייט עס ליגט די בורדען אף פרוף.
יואל שרייבער
שר שלשת אלפים
תגובות: 3683
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 04, 2017 1:33 am

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך יואל שרייבער »

הסרפד האט געשריבן:מאסקעס איז מסתבר אז עס הילפט, ממילא איז מען תולה אז עס הילפט ביז מען ווייסט פארקערט.

צוויי חדשים צוריק האט דאך די WHO און די CDC געשריגן אז מאסקעס העלפט נישט.

בכלל זעהט אויס אז די כינעזער האבן סאך בעסער ארויסגעהאט די סייענס, זיי האבן נישט געמאכט אזא מצב פון surface spread, און געפאוקעסט אויף Asymptomatic spread, בעת די מערב וועלט האט געטון פונקט פארקערט, למעשה שטעלט זיך ארויס אז זיי זענען געווען גערעכט מיט ביידע, אפשר האבן די כינעזער א בעסערע וועג אין סייענס? אפשר איז עס ווייל זיי זענען נישט אזוי פארגלייבט אין ספעציפישע מעטאדן און כללים און זענען מער פלעקסיבל?
אוועטאר
נקדימון
ק.נ.א. פאליטישע קארעספאנדאנט
תגובות: 16819
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2019 7:05 pm

Re: "קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

תגובה דורך נקדימון »

בראזיל מעלדט אזויפיל ווי 22,396 נייע קעיסעס אין די לעצטע 24 שעה. דאס איז בראזיל'ס גרעסטער שפרינג אין נייע קעיסעס זינט אנהייב פון די פענדעמיק.

5 סטעיטס אין בראזיל האבן נאכנישט באריכטעט.
פארשפארט

צוריק צו “קאראנא וויירוס”