יא, ס'איז קלאר אז סעזאן שפילט א גאר וויכטיגע ראלע אין די פארשפרייטונג און ערנסטקייט פון קאוויד-19, פונקט ווי מיט די seasonal flu.
נאר קאוויד-19 איז נישט אינגאנצן אייניג מיט די פלו (די פלו איז אן אינפלוענזע ווירוס און קאוויד-19 איז א קאראנאווירוס, ווי די יערליכע פארקילונג).
- image_search_1610688821905.png (29.3 KiB) געזען 652 מאל
די הויכפונקט (פיעק) פון וועכנטליכע פלו פאטאליטעטן אין די פארגאנגענע פאר יאר איז אין די ערשטע וואך, כאטש אין 2016, 2017 און 2019 איז די הויכפונקט אסאך שפעטער אריין אינעם יאר, למספרם, ענדע פעברואר אדער אנהייב מערץ. אויך איז די בעל קורוו (bell curve) נישט סימעטריש. די שפרינג אנהויב יאנואר איז אסאך מער דראסטיש ווי די טראסק נאכן העכסטן פונקט. קאוויד פאטאליטעטן וואוקס צום שפיץ איז אסאך מעסיגער ווי די יערליכע פלו (דאס מיינט דעצעמבער איז פילפאכיג ווייניגער ווי יאנואר, אנדערש מיט קאוויד-19).
די פלו איז אויך געווענליך שנעלער פאטאל ווי קאוויד-19, א וואך ביז צען טעג אין פארגלייך צו דריי אדער פיר וואכן אין דורכשניט פאר קאוויד-19.
יש ברירה האט געשריבן:צען מיליאן, איין דאזע, איי דאונט טינק סאו. מער מסתבר אז פאריגע וואך איז געווען א בעקלאג (נאכמער, טויטפאלן זענען בערך צוויי וואכן אונטערשטעליג פון האספיטאלאזאציעס, די יעצטיגע ציפערן זענען פון בעפאר די וואקסינאציעס האבן זיך עכט אנגעהויבן).
האספיטאלאזאציע ציפערן זענען אבער נישט אזוי שטארק אפעקטירט געווארן פונעם חגא, די פאקט אז עס הייבט אן לעוולען איז עכט גוטע נייעס.
די צען מיליאן איז נישט סתם צען מיליאן אמעריקאנער, נאר צען מיליאן פון די מערסטע vulnerable דעמאגראף, (געזונט ארבייטער נישט אריינגערעכנט). און די ערשטע דאזע איז כמעט אזוי עפעקטיוו ווי צוויי דאזעס, ווייניגסטנס אויפן קורצן טערמין.
דארף מען נאר נאכקוקן ווילאנג צוריק ברייט-פארשפרייטע וואקסינאציע האט זיך אנגעהויבן און די מינימום ווי לאנג עס נעמט פונעם ווערן אנגעשטעקט ביזן ענדע.
מן הסתם האט דאס טאקע בעיקר צו טון מיט פארשפעטיגטע באריכטונג, ס'וואלט אבער געווען אינטערעסאנט, און זייער פאזיטיוו, אויב מען דערקענט שוין א קליינע בענעפיט פון די ערשטע וואך, צוויי וואקסיניזאציעס.