"קאראנע וויירוס" - א וועלט עפידעמיע!

אבינו מלכנו מנע מגיפה מנחלתך - אלעס ארום די קאראנא וויירוס

די אחראים: אחראי, געלעגער

טאנץ 2
שר מאה
תגובות: 214
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 11, 2016 2:39 pm

תגובהדורך טאנץ 2 » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:20 pm

יעצט באקומען א מעסעדש פון סאטמאר לי גארדענס אז זיי מאכן צו ביז א האלבע שעה!

אוועטאר
חלב ישראל
שר חמש מאות
תגובות: 633
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 14, 2018 10:19 am

תגובהדורך חלב ישראל » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:23 pm

פינחס האט געשריבן:
שרייב האט געשריבן:
א גוטן יונה האט געשריבן:לענ"ד מאכן א מנין אינדערהיים פון 10 אידן איז קיין סכנה, קיין יוהרא, און מ'קען דאווענען מיט מנין...

אלץ דיין אדער אלץ דאקטער

נישט די בית המדרש איז די פראבלעם. זיין צו נאנט צו אנדרע דאס איז ערגער על פי פשטות אונדערהיים

זיין נאנט צו אן ענגע צאל מענטשן איז נישט קיין פראבלעם.

https://www.washingtonpost.com/graphics ... h-tHLVNsvk

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:30 pm

די סיטי האט צוגעזען כמעט דריי הונדערט פרישע קעיסעס היינט אליין!
פון 644 באשטעטיגטע פעלער צו 923 יעצט פארנאכטס.

שוין דא צען פאטאליטעטן אין אונזער שטאט.
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

Working
שר מאה
תגובות: 238
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 28, 2016 3:14 pm

תגובהדורך Working » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:33 pm

סאטמאר מהרי"י מעלדט יעצט אז אלע בתי מדרשים זענען פארמאכט פון מארגן!

אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3456
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אינדערהיים ביים דעסק

תגובהדורך כאניש וואס צו טון » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:42 pm

כאגעהאלטן אינמיטן צאמשטעלן א מנין ביי די רב פון מין לאקאל שול אינדערהיים, (ע"פ בקשתו),
נאך 15 מינוט רופט ער מיך אן , כ'זאל צוריק קאלן יעדן, זאגן מ'זאל דאווענן אליינס אינדערהיים!
זעלטן וואס איך פראקטיציר מיין ניק..
פאליטיק = א פיקטיווע מעשה ביכל!
איידער דו טוסט עפעס, געב א טראכט, וואס וואלט געווען דיין פאטערס רעאקציע ווען ער זעהט דיך דאס טון, און וואס וואלט געווען דיין רעאקציע ווען דו זאלסט זעהן דיין זוהן דאס טון

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:45 pm

Working האט געשריבן:סאטמאר מהרי"י מעלדט יעצט אז אלע בתי מדרשים זענען פארמאכט פון מארגן!

וואו מעלדט מען?, הענגט מודעות ערגעץ??
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

אוועטאר
שרייב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 463
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 14, 2019 3:02 pm
לאקאציע: ביי טישל

תגובהדורך שרייב » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:52 pm

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:כאגעהאלטן אינמיטן צאמשטעלן א מנין ביי די רב פון מין לאקאל שול אינדערהיים, (ע"פ בקשתו),
נאך 15 מינוט רופט ער מיך אן , כ'זאל צוריק קאלן יעדן, זאגן מ'זאל דאווענן אליינס אינדערהיים!

די ביסט נאך סקעפטיש?
איך מיין גארנישט. איך בין זוך פלעין געקומען זוך אויסליפטרן

אוועטאר
maybeeynot
שר שלשת אלפים
תגובות: 3138
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז

תגובהדורך maybeeynot » דינסטאג מארטש 17, 2020 10:56 pm

O&R האקט אפ מארגען 8:00 די לעקטער פון ק"י ביה"מ

צוליב ריפער
א מענטש איז נאר א מענטש אין צומאל דעס אויך נישט (בשם הרה"ג ר' מרדכי דוד קאהן זצ"ל)
ווער עס וויל אראפ גיין פון די רויבער קאללס.
רופט 929-900-1714
דאן דרוקט 5

ביטע ווער עס קען עס פארשפרייטען ולמצוה גדולה יחשב

אוועטאר
חלה לכבוד שבת
שר חמישים ומאתים
תגובות: 445
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 10:22 am

תגובהדורך חלה לכבוד שבת » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:01 pm

@KollelNiyes: VERY IMPORTANT!
Make sure you have coffee AND milk at home for a coffee tomorrow morning..

m.twitter.com/KollelNiyes

פ' לך לך
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2012 11:37 pm

תגובהדורך פ' לך לך » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:02 pm

איך וויל מיר ערלויבן צו פרעגן א קשיא:
אהן אריינגיין צו די רעקעמענדאציעס און די פרישע געזעצן זענען אויסגעהאלטן צו נישט, לאמיר קודם זעהן א צווייטע זאך.
די וויירוס בוזשעוועט שוין דריי חדשים, אמעריקע האט געוואוסט אז דאס גייט אנקומען אויך אהער, און יעדער האט פארשטאנען לכאורה, אז די רעגירונג איז גרייט פאר דעם אויסברוך און טוט כל מה שביכלתם מקדים צו זיין דעם צרה.
דערווייל שטעלט זיך ארויס, אז לא דובים ולא יער, אין די צייט וואס זיי וואלטן געדארפט אנסטאקן אלע מעדיקל סענטער'ס מיט מיליאנען טעסט-קיטס, אין די צייט וואס מען וואלט געדארפט מאניפעקצירין נאך טויזענטער רעספירעיטאר'ס, אויפשטעלן ריזיגע שפיטעלער, האבן זיי "גארנישט" געטוהן!! זערא! זילטש!! זיי זענען געווען פארנומען מיט אימפיטשמענט און אנדערע שטותים, זיך געשלאגן מיט ביליגע פאליטיק שפילן, און געלאזט די וויירוס לויפן. דאס איז דאך א הימל געשריי, אן עולה שאין כדוגמתה!!
און אפילו ווען די וויירוס איז שוין יא דא געווען, האט דאס אויך געדויערט היבש לאנג ביז די טעסט-קיטס זענען ארומגעשיקט געווארן, דאס איז נארמאל?. די חברה שטייען היינט פארלוירן, זיי האבן נישט קיין שום סטראטעגיע, קיין שום פלאן! און אפילו אין די יעצטיגע מצב, ווען עס ברענט שוין פון אלע זייטן, טוהן זיי זיך רואיג ערלויבן צו שפילן פאליטיק כאילו לא הי'.
על כל פנים, קומט דאך אויס אז מיר האבן דא צוטוהן מיט וואנזיניגע ביליגע חברה, נידעריגע און שמוציגע פאליטיקאנטן, וואס ווייסן נישט בחייכון וביומיכן ווי צו אנהייבן און ווי צו ענדיגן. די חברה האבן קיין רחמנות אויף אונז, זיי מיינען נישט אונזער טובה, זיי קערן בכלל נישט פארן המון עם, אלעס איז נאר פאליטיק און נאכאמאל פאליטיק, און מיר זענען בלויז זייערע כפרה הינדלעך.
וויל איך אייך פרעגן: איז נאך דא א שאלה פארוואס זיי האבן פארלוירן אונזער טראסט? איז נאך דא א הוה אמינא אנצונעמען זייערע רעגוליאציעס מיט צוגעמאכטע אויגן? ווייסן זיי דען וואס זיי רעדן בכלל??
--
ולעצם הענין. אודאי דארף מען זיך אכטונג געבן, אבער די עיקר סכנה איז דאך פאר אלטע און קראנקע, און מען זעהט נישט די רעגירונג זאל זיך צופיל קימערן אויף זיי. ובמילא מצידינו, ביי אונז כלל ישראל, דארף די עיקר געשריי זיין צו באשיצן די עלטערע. אינגע מענטשן זענען נישט אין קיין סכנה, און לאז זיי ווייטער דאווענען מיט מנין, נוצן די מקוואות, לערנען אין ת"ת, און פארלייג ריזיגע כוחות צו באשיצן די וואס מען דארף טאקע באשיצן.
לעצט פאראכטן דורך פ' לך לך אום דינסטאג מארטש 17, 2020 11:05 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

איפה פייביש
שר חמש מאות
תגובות: 861
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 09, 2013 10:39 pm

תגובהדורך איפה פייביש » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:03 pm

קראלי
צוגעלייגטע
IMG-20200317-WA0136.jpg
IMG-20200317-WA0136.jpg (268.17 KiB) געזעהן 1020 מאל

אוועטאר
אמבעסאדער
שר העשר
תגובות: 46
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 17, 2018 12:13 am

לזיכוי הרבים!

תגובהדורך אמבעסאדער » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:03 pm

אויפמערקזאם מאכן די אהבת קדומים...
צוגעלייגטע
קראנע סטיקער.pdf
(95.08 KiB) דאונלאודעד 145 מאל
לעצט פאראכטן דורך אמבעסאדער אום דינסטאג מארטש 17, 2020 11:08 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווען וועט שוין השי"ת באנייען אונזער אמבעסאדע אין ירושלים?...

אוועטאר
ספרים שטוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 01, 2019 10:16 pm

תגובהדורך ספרים שטוב » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:04 pm

קען איינער ביטע ארויפלייגן די תפלות וואס מ'ברויך זאגן "במקום" ברכו "ובמקום" קדיש א.א.וו. פאר ווען ס'וועט אויספעהלן צו דאווענען אינדעערהיים ביחידית???
אויב קען איך נישט האבן א "ספרים שטוב" אינעם מציאות, זאל איך עס כאטשיג האבן אין מיין ניק אויף אייוועלט.

אידיאט
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 08, 2019 10:43 pm

תגובהדורך אידיאט » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:07 pm

למעשה איז דא א פסק פון א דיין אדער רב וואס זאגט קלאר אז אפילו יונגע מענטשן זאלן דאווענען אינדערהיים?

אוועטאר
א גוטן יונה
שר מאה
תגובות: 140
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 08, 2019 7:17 pm

תגובהדורך א גוטן יונה » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:10 pm

חברה הצלה דקרית יואל זאגט אז געזונטע מענטשען אונטער די 60 מעגן זיך צוזאמנעמען ביז 10 מענטשען, מ'קען הערן זייער מעסעדזש אויף די נומבער 6466531946
'יונתי' בחגוי הסלע בסתר המדריגה (שה"ש ב יד)

אוועטאר
שלמה הילדעסהיימער
שר שבעת אלפים
תגובות: 7964
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 14, 2014 8:38 pm

תגובהדורך שלמה הילדעסהיימער » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:10 pm

”The rabbi of one of the largest Orthodox synagogues in Miami-Dade County, Shul of Bal Harbour, has tested presumptive positive for COVID-19."
https://t.co/KACULY2M2P
'When your ears are stuffed with money, you can't hear well'
~ Elizabeth Ann Warren

Latest Polls @RCP ~ Democratic Primaries Wikipedia ~ Latest Polls @538
Predictit.com ~ ElectionBettingOdds.com

פער בריסטאו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3535
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 13, 2013 8:36 pm

תגובהדורך פער בריסטאו » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:12 pm

וואס זאגט ווידער וועגן צוויי טויטע אין מאנסי? ער רעדט פון אידן?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:14 pm

פער בריסטאו האט געשריבן:וואס זאגט ווידער וועגן צוויי טויטע אין מאנסי? ער רעדט פון אידן?

ניין ב''ה.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 948
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:16 pm

אין מאנסי זענען אלע גרעסערע בתי מדרשים גענצליך פארמאכט. וויזניץ, סאטמאר 1, סאטמאר 13, סקווירא.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

פעשען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 470
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 25, 2016 5:40 pm

תגובהדורך פעשען » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:20 pm

שמע ישראל האט געשריבן:
טעם וריח האט געשריבן:עפעס א החלטה פון סאטמאר מהרי"י נאך די קאנפרענס קאל?

גאנץ סאטמער (מהרי״י) איז אפגעשלאסן אחוץ די קליינע קינדער פון נירסורי. מ׳קען עס הערן אויפן טראנספארטציע האט ליין 7185060404

אלעס פארמאכט אפילו די קליינע.

בר דעת
שר חמש מאות
תגובות: 788
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 25, 2011 1:00 pm

תגובהדורך בר דעת » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:21 pm

רבותי, מיר זענען ליידער גוט אויף צרות מיטן דארפן פארשליסן די בתי חינוך און בתי מדרשים צוליב די פארשפרייטונג פון די וויירוס.

מען דארף יעצט נישט זיין קיין גרויסע חכם צו זיין א שטיקל רואה את הנולד. וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע פאר טעג איז אז אלע היימישע געשעפטן גייען ווערן איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה און עס וועט ווערן א סכנהדיגע מצב, וואס דאס וועט אויך ברענגען אז די באאמטע וועלן אפשליסן אלע געשעפטן.

לכאורה וואלט געווען די בעסטע עצה אז אלע געשעפטן זאלן שוין יעצט ארויסשטעלן א פאליסי אז מען קען נאר קומען איינקויפען ביי אפוינטמענט, און זיי וועלן נאר נעמען א געוויסע צאל קאסטומערס פער שעה, געוואנדען לויט די גרויסקייט פונעם געשעפט.

החכם עיניו בראשו, לאמיר נישט גורם זיין אז אזאלכע וויכטיגע געשעפטן ווי גראסערי, פלייש, פיש, קליידונג, הארדוועיר, אדג זאלן זיך דארפן שפארן אין די ערב יו"ט טעג.
עס פעלט נישט אויס מער ווי איין קליפ זאל ארומפארן פון א איבערגעפילטע געשעפט און די סיטי וועט אלעס גענצליך פארשפארן, און דעמאלטס וועט מען שוין נישט קענען מאכן קיין שום פאליסי אויף צו נאר אריינלאזן וויניג מענטשן אויפאמאל.

אביונה
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

תגובהדורך אביונה » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:23 pm

כ'האב אויך געקלערט פון דעם, האבעך היינט שוין איינגעקויפט פלייש, מצות, פארן יו"ט
אין בוטשער האט מען געזאגט אפן ומפורש, אז ס'יז א מעגליכקייט אז מען גייט פארקלאפן פאר צוויי חדשים, ה"י
כי לא יחדל אביון מקרב הארץ

nuwilli
שר חמישים
תגובות: 85
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

תגובהדורך nuwilli » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:33 pm

בר דעת האט געשריבן:רבותי, מיר זענען ליידער גוט אויף צרות מיטן דארפן פארשליסן די בתי חינוך און בתי מדרשים צוליב די פארשפרייטונג פון די וויירוס.

מען דארף יעצט נישט זיין קיין גרויסע חכם צו זיין א שטיקל רואה את הנולד. וואס גייט געשעהן אין די נעקסטע פאר טעג איז אז אלע היימישע געשעפטן גייען ווערן איבערגעפילט מן הקצה אל הקצה און עס וועט ווערן א סכנהדיגע מצב, וואס דאס וועט אויך ברענגען אז די באאמטע וועלן אפשליסן אלע געשעפטן.

לכאורה וואלט געווען די בעסטע עצה אז אלע געשעפטן זאלן שוין יעצט ארויסשטעלן א פאליסי אז מען קען נאר קומען איינקויפען ביי אפוינטמענט, און זיי וועלן נאר נעמען א געוויסע צאל קאסטומערס פער שעה, געוואנדען לויט די גרויסקייט פונעם געשעפט.

החכם עיניו בראשו, לאמיר נישט גורם זיין אז אזאלכע וויכטיגע געשעפטן ווי גראסערי, פלייש, פיש, קליידונג, הארדוועיר, אדג זאלן זיך דארפן שפארן אין די ערב יו"ט טעג.
עס פעלט נישט אויס מער ווי איין קליפ זאל ארומפארן פון א איבערגעפילטע געשעפט און די סיטי וועט אלעס גענצליך פארשפארן, און דעמאלטס וועט מען שוין נישט קענען מאכן קיין שום פאליסי אויף צו נאר אריינלאזן וויניג מענטשן אויפאמאל.


גא"מ

אוועטאר
מחשב
שר האלפיים
תגובות: 2156
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

תגובהדורך מחשב » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:37 pm

מיין שאלה איז אויב עס איז נאך דא וואס צו טוען. איך גלויב אז א זייער גרויסע פארצענט איז שוין אנגעשטעקט. זייער אסאך מענטשן וועם איך פרעג זאגן אז זיי קלערן אז זיי האבן עס.

איז נאך דא עפעס אנדערש צו טוען חוץ זיכער מאכן מיט אלע מיטלען אז עלטערע מענטשן אדער די מיט קאנדישענס בלייבן איזאלירט?
בכל יום ויום הייתי מחשב ואומר למקום פלוני אני הולך... ורגלי מוליכות אותי...

גליטשעדיג
שר חמש מאות
תגובות: 524
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2014 7:04 pm

תגובהדורך גליטשעדיג » דינסטאג מארטש 17, 2020 11:40 pm

סגולה למגיפה מהרה"ק בעל ישמח משה זי"ע
סגולה למגיפה מישמח משה זיע.pdf
(85.75 KiB) דאונלאודעד 152 מאל


צוריק צו “קאראנא וויירוס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט