זונטאג שמות; צענטראלער לאנטש-רום.א שטילקייט הערשט אינעם זאל, אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום מנהל וועלכער מאכט מיט שטייפע טריט זיין וועג ארויף אויפן סטעידזש.
עטליכע לאנגע מינוטן זענען אריבער, ווען פארפרוירענע בליקן ווערן געווארפן גראד אין פנים פון די פילקעפיגע פארזאמלטע. ווען דער צייט איז שוין געווען רייף האט ער א וויש געטון די וואנצעס אין ביידע ריכטונגען, און א קלאפ געטון אויפן מייק.
מיט געמאסטענע ווערטער האט זיך די רעדע אנגעהויבן, שילדערנדיג א טרעפליכע משל פון נאפאליען און זיין ארמיי, דערנאך האט נאכגעפאלגט א שיין טייטש פונעם שפת אמת, און א בליציגער געדאנק פונעם משך חכמה.
ביי דער פונקט האט ער געזיפט פונעם גלאז סעלצער, אראפגעלאזט דעם טאן צו עטוואס ווייעכער, און פארגעזעצט:
די נייעס איז געבראכן געווארן אז די היי-יעריגע שובבים-רצופות קאמפיין וועט גערופן ווערן מיטן צויבערדן נאמען:
'מפעל משוקדים'!די געשפאנטע פארזאמלטע האבן מיט גרויס אינטערעס צוגעלייגט קאפ צום ענדלאזער קייט פון דעטאלן און חשבונות פונקטליך וויאזוי דער מפעל וועט פונקציאנירן. עס איז אויסגעשמועסט געווארן מיט א קלארקייט אז פאר יעדע שעה רצופות וועט מען ערהאלטן 'שקדים', יעדע אנגעזאמלטע זיבן שעה וועט זיין ווערד אזוי ווי צען, און יעדע דריי האלבע שעות וועט גערעכט ווערן ווי איין גאנצע. בין הסדרים וועט א דרייפערטל שעה שוין ווערן גערעכנט ווי א שעה, און פארטאגס וועט יעדע שעה-און-אהאלב ווערן געדאפלט.
מיט געפלעפטע געזיכטער האבן די פארזאמלטע זיך געשטעלט אין די רייע אפצונעמען דעם 'פנקס' ווי יעדער וועט זיך פארצייכענען די 'שעות שוקדים' און אלע מאטאמאטיקס, און ווי נאר דער מנהל'ס שטיוול האבן פארלאזט דאס זאל, האט א מאסיווער קול תורה געשניטן אין די לופט.
* * *
איינע פון די אייגנארטיגקייטן פון א מענטשליכע מח איז, אז ווען מ'קומט אים אנטקעגן מיט הויעכע ווערטער און קאמפלעצירטע חשבונות קוקט ער פון אינטן ארויף, ער נעמט א טריט אויף צוריק, און טאנצט נאך פאלגזאם.
מיט א וואך צוריק איז געמאלדן געווארן גרויסע פלענער, ס'קומט גארטלעך, קיינטש-הוטן, און שיך-בענדלעך...
...טוזשע א טובה, מיר זענען שוין אויסגעוואקסן די אלע נומערן. מאך א לייק קנעפל, כל מי שרוצה ליטול את השם יבא ויטול, יעדער, זאל אלעמאל, קענען לייקן יעדע תגובה, אפגעזען די צושטאנד.
והכל יבא על מקומו בשלום!
טעמטי שרייבט, און א מענטש לאכט.