בלאט 20 פון 52

געשריבן: דאנערשטאג מאי 30, 2019 10:10 pm
דורך א גוטע ניק
לאמיר אנהייבן לערנען ר' ציש

געשריבן: מוצ"ש יוני 15, 2019 11:18 pm
דורך כשרע טעלעפאן
שלום עליכם @הויז בחור, האבן מיר שוין דעם הויז בחור צו קעיר נעמען פון די רביסטעווע דא.

געשריבן: מיטוואך יולי 17, 2019 5:04 pm
דורך דאמירן בעלמא
אה...
העמיר פרובירן זיך שפורן היימיש...
לעטס גאו!

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:31 am
דורך אחד הרבנים
לאמיר זיך באגריסן מיט אלע אידן דא. ברוכים הבאים בשם ה׳

געשריבן: דאנערשטאג יולי 18, 2019 5:39 pm
דורך טראמבאן
אנטשולדיגט!
איך בין שוין ב"ה א "שר החמשים", און ערשט יעצט זעה איך דעם ברוכים הבאים אשכול. לאמיר זיך באגריסן.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:25 pm
דורך Mister
ברוכים הבאים

!! Welcome
? is welcome also accepted here
Its much easier for me to type in English, hope you all understand that language

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:44 pm
דורך צייט שטיפער
Mister האט געשריבן:ברוכים הבאים

!! Welcome
? is welcome also accepted here
Its much easier for me to type in English, hope you all understand that language

דאס איז א היימיש אידיש רעדנדע/שרייבענדע/ליינענדע סייט, אויב איז אייך שווער צו שרייבן אין אידיש, איז פאר אונז ליינער פיל שווערער צו ליינען אין ענגליש.

ביטע נעמען די איבריגע מוה און שרייבן ענדערש אידיש (אחוץ ווען אוממעגליך, למשל אויב האט מען פשוט נישט קיין אידישע קי-באורד).

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש!

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 5:54 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אן אנקעטע אויף אייוועלט (כ'האב נישט קיין געדולד עס אויפצוזוכן יעצט) האט געצייגט, אז רוב ליינער וועלן נאטורליך איבערהיפן די ענגלישע תגובות.

אויב פרעגט איר מיר, זאלט איר ענדערש נישט שרייבן ווי שרייבן אין ענגליש.

בתודה ללבנה

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:11 pm
דורך Mister
צייט שטיפער האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:ברוכים הבאים

!! Welcome
? is welcome also accepted here
Its much easier for me to type in English, hope you all understand that language

דאס איז א היימיש אידיש רעדנדע/שרייבענדע/ליינענדע סייט, אויב איז אייך שווער צו שרייבן אין אידיש, איז פאר אונז ליינער פיל שווערער צו ליינען אין ענגליש.

ביטע נעמען די איבריגע מוה און שרייבן ענדערש אידיש (אחוץ ווען אוממעגליך, למשל אויב האט מען פשוט נישט קיין אידישע קי-באורד).

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש!


מרעדט נישט בדאפשר, מרעדט בדלא אפשר...

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:17 pm
דורך צייט שטיפער
Mister האט געשריבן:
צייט שטיפער האט געשריבן:
Mister האט געשריבן:ברוכים הבאים

!! Welcome
? is welcome also accepted here
Its much easier for me to type in English, hope you all understand that language

דאס איז א היימיש אידיש רעדנדע/שרייבענדע/ליינענדע סייט, אויב איז אייך שווער צו שרייבן אין אידיש, איז פאר אונז ליינער פיל שווערער צו ליינען אין ענגליש.

ביטע נעמען די איבריגע מוה און שרייבן ענדערש אידיש (אחוץ ווען אוממעגליך, למשל אויב האט מען פשוט נישט קיין אידישע קי-באורד).

יישר כח פאר אייער פארשטענדעניש!


מרעדט נישט בדאפשר, מרעדט בדלא אפשר...

איר שרייבט דאך אז ס'איז פשוט גרינגער.

עכ"פ, וועלקאם.

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:20 pm
דורך קלאָצקאָפּ
געפונען יענעם אשכול. אפשר נישט פונקטליך ווי איך האב פריער געשריבן.
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?forms=0&t=16730

געשריבן: דינסטאג אוגוסט 27, 2019 6:20 pm
דורך Mister
קלאָצקאָפּ האט געשריבן:אן אנקעטע אויף אייוועלט (כ'האב נישט קיין געדולד עס אויפצוזוכן יעצט) האט געצייגט, אז רוב ליינער וועלן נאטורליך איבערהיפן די ענגלישע תגובות.

אויב פרעגט איר מיר, זאלט איר ענדערש נישט שרייבן ווי שרייבן אין ענגליש.

בתודה ללבנה


איך װאלט דאס פארשטאנען װען דאס ענגליש געשריבענע איז נישט צום פארשטיין, אבער װען דאס איז ליינבאר װאלט איך געהאלטען אנדערש...
אבער איך װעל נישט אריינרעדען װען איך בין דא װי א גר בין תושבים

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 10:39 am
דורך מאטיסאווצער
שלום עליכם.

אין די ווארשעווע געטא זענען מיר די מאטיסאווצערס באקאנט אלס אן אומבויגזאמע גרופע אין שפיץ פון אונזער באליבטער מורה דרך רבי מאטעס געלמאן, וואס בלייבט מיטן באשעפער אין די שווערסטע תקופות. מיר לאזן זיך נישט פון דעם דייטשן שונא, דער שטן וואס קומט פארשטעלט אין די פארם פון די פארשאלטענע עס. עס.

דא אין בונקער איז לעכטיג! מיר לערנען תורה, און פירן אן א וועלט אפאראציע מיט חסד פאר נויטבאדערפטיגטע ברודער און שוועסטער וואס דארפן הילף. מיר האבן נישט קיין שרעק פון דעם נאצישן שלאנג, פון זייער הייס געווער אדער באפעלן. זיי וועלן אונז נישט זאגן וואס צו טוען!!!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 11:23 am
דורך חוח בין השושנים
מאטיסאווצער האט געשריבן:שלום עליכם.

אין די ווארשעווע געטא זענען מיר די מאטיסאווצערס באקאנט אלס אן אומבויגזאמע גרופע אין שפיץ פון אונזער באליבטער מורה דרך רבי מאטעס געלמאן, וואס בלייבט מיטן באשעפער אין די שווערסטע תקופות. מיר לאזן זיך נישט פון דעם דייטשן שונא, דער שטן וואס קומט פארשטעלט אין די פארם פון די פארשאלטענע עס. עס.

דא אין בונקער איז לעכטיג! מיר לערנען תורה, און פירן אן א וועלט אפאראציע מיט חסד פאר נויטבאדערפטיגטע ברודער און שוועסטער וואס דארפן הילף. מיר האבן נישט קיין שרעק פון דעם נאצישן שלאנג, פון זייער הייס געווער אדער באפעלן. זיי וועלן אונז נישט זאגן וואס צו טוען!!!

ר' מתת, גיי אן מיט דיין הייליגן קאמף!

לאז מיר דיר נאר איבערגעבן עפעס וואס וועט דיר מעגליך פארלייכטערן דיין מצב: מאחורי הפרגוד שמענו, אז לא לנצח יריב. דער ימח שמו'ניק וועט האבן זיין מפלה ערגעץ אין יאר תש"ה. האלט עס אויס נאך אפאר יאר, ס'וועט זיין שווער, זייער שווער, ביטער שווער, אבער סוף הישועה לבוא...
צעשמעטער דעם דייטש און ווען היטלער האט זיין מפלה - וועק אונז אויף, מיר זאלן וויסן ווען ארויסצוקריכן פונעם באהעלטעניש אן אנגיין בריש גלי מיטן עבודת הקודש אן מורא!

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 12:59 pm
דורך ביידען2020
שלום עליכם!

זע מיר דא באוואפענט גרייט צום היציגן פריימערי קאמפיין.

ביז יעצט איז דזשאו געווען דער פארזיכערטער פראנט ראנער האט ער נישט געדארפט קיין ניק דא, אבער יעצט וועט דער מצב הינקעט א טראפקי אינטער, בעיקר מיט די לעצטע אוטלייער מאונמענט אנקעטע, זענען מיר דא גרייט צו פארזיכערן אז אמעריקאנער באקומען דאס וואס עס קומט זיך זיי נאך פיר יאר כאאס, א 'פרעזידענט', וועלכע וועט פארטרעטן די אינטערעסן פון אלע אמעריקאנער צוגלייך, און פאראייניגן דאס לאנד ווי קיינמאל פריער

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 01, 2019 1:04 pm
דורך חוח בין השושנים
ביידען2020 האט געשריבן:שלום עליכם!

זע מיר דא באוואפענט גרייט צום היציגן פריימערי קאמפיין.

ביז יעצט איז דזשאו געווען דער פארזיכערטער פראנט ראנער האט ער נישט געדארפט קיין ניק דא, אבער יעצט וועט דער מצב הינקעט א טראפקי אינטער, בעיקר מיט די לעצטע אוטלייער מאונמענט אנקעטע, זענען מיר דא גרייט צו פארזיכערן אז אמעריקאנער באקומען דאס וואס עס קומט זיך זיי נאך פיר יאר כאאס, א 'פרעזידענט', וועלכע וועט פארטרעטן די אינטערעסן פון אלע אמעריקאנער צוגלייך, און פאראייניגן דאס לאנד ווי קיינמאל פריער

א גוטן ר' יאסל רבנות (Joseph Robinette), איר לויפט אוודאי אויסצושטייגן א מלך זקן וכסיל...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:30 pm
דורך אברהם בן ארי'
שלום עליכם אידן.

ניין, איך קען נישט קיין פאליטיק, איך האב נישט קיין בלאסן אהנונג וויאזוי זשאו ביידן קוקט אויס, ווי אויך האב איך נישט קיין מיינונג אין די מיינונג פון הרבנים הגאונים איבער די רבנים הגאונים פון די אנדערע צד..


לעגהארן, קאממאן קאור, תקרובת ע"ז, וואקסינען, טרעפיק אין קרית יואל, התגרות אין מאנסי, גבאות אין ....., גייען מיר גאנץ ווייניג אן.

עס איז דא נאך עפעס אינטערסאנט דא?

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:38 pm
דורך צייט שטיפער
אברהם בן ארי' האט געשריבן:שלום עליכם אידן.

ניין, איך קען נישט קיין פאליטיק, איך האב נישט קיין בלאסן אהנונג וויאזוי זשאו ביידן קוקט אויס, ווי אויך האב איך נישט קיין מיינונג אין די מיינונג פון הרבנים הגאונים איבער די רבנים הגאונים פון די אנדערע צד..


לעגהארן, קאממאן קאור, תקרובת ע"ז, וואקסינען, טרעפיק אין קרית יואל, התגרות אין מאנסי, גבאות אין ....., גייען מיר גאנץ ווייניג אן.

עס איז דא נאך עפעס אינטערסאנט דא?

אוודאי

עד פון לזווג, שכ"ל פרייזן, ועד האישור, חתונה תקנות, וואכנאכט תקנות, ועוד ועוד

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 6:53 pm
דורך קלאָצקאָפּ
אברהם בן ארי' האט געשריבן:שלום עליכם אידן.

ניין, איך קען נישט קיין פאליטיק, איך האב נישט קיין בלאסן אהנונג וויאזוי זשאו ביידן קוקט אויס, ווי אויך האב איך נישט קיין מיינונג אין די מיינונג פון הרבנים הגאונים איבער די רבנים הגאונים פון די אנדערע צד..


לעגהארן, קאממאן קאור, תקרובת ע"ז, וואקסינען, טרעפיק אין קרית יואל, התגרות אין מאנסי, גבאות אין ....., גייען מיר גאנץ ווייניג אן.

עס איז דא נאך עפעס אינטערסאנט דא?

קוק דיך אום, און אויב דו טרעפסט גארנישט, זע טאקע אז ס'זאל זיין...

געשריבן: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 10:02 pm
דורך ירנן
שלום עליכם איך בין בטבע זייער א ביישן איך האף מען וועט מיר צו ווייזן ווי מען דארף זיך דא אום גיין יישר כח

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 7:07 am
דורך Sapphire
שלום עליכם מיר האפן אי"ה צו קענען פארברענגען דא מיט די ניק אנע גילוי

געשריבן: זונטאג סעפטעמבער 15, 2019 8:35 am
דורך nmi
Sapphire האט געשריבן:שלום עליכם מיר האפן אי"ה צו קענען פארברענגען דא מיט די ניק אנע גילוי

שאלעמאלייחעם

כ'בין זייער נייגעריג ווער דו ביזט. אפשר דאך קענסטו זיך מגלה זיין נאר פאר מיר? @נמי האט שוין יארן עקספיריענס פון האלטן סודות.

געשריבן: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2019 8:18 pm
דורך יש בו
יודע מחשבות האט געשריבן:א בחור בוכערט... :lol:

מזל טוב צו אייער ערשטע תגובה,
יעצט האט איר שוין אויך א נאטיפיקאציע

רבותי איך בין ביזי.....

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 04, 2019 3:12 pm
דורך יודע מחשבות
זייט מיר מוחל אבער איך האב נישט צו סאך איבעריגע צייט צו אריין שרייבן דא אבער איך ענטפער פאר ענק אלע כולכם כאחד א ברייטן "עליכם שלום" און עיינו מה שכתבתי
viewtopic.php?f=3&t=12363&p=2023026#p2023026
[כווייס נאכנישט ווי אזוי צו אריין לייגן א געהעריגע מראה מקום...]

געשריבן: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 10:40 pm
דורך ארחיקה נדד
שלום עליכם. יישר כח מנהלים פארן אננעמען איינס צוויי