גאווערנאר פארמעסטן 2019 למספרם

באריכטן און אנאליזן

די אחראים: אחראי, געלעגער

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

גאווערנאר פארמעסטן 2019 למספרם

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:19 am

ברוכים הבאים

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 10:29 am

אין מיסיסיפי קען דער אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנאר פיל ברייענט נישט לויפן פאר א דריטן טערמין צוליב טוירם לימיטס

א רייע קאנדידאטן גייען זיך פארמעסטן פאר דעם אמט אויף ביידע זייטן
אויף די רעפובליקאנער זייט האט שוין דער ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס דערקלערט אז ער איז אינעם פארמעסט און צוגאב צו נאך א קאנדידאט וולעכע האט שוין געמאלדן און נאך עטליכע וועלכע וועלן מעגליך מעלדן שפעטער אבער ריוועס האט א קלארע און שטארקע אויבערהאנט
אויף די דעמאקראטישע זייט האבן שוין אויך א רייע קאנדידאטן דערקלערט אז זיי לויפן און די דער סטעיט אטוירני דזשענעראל דזשים הוד קומט אריין שטארק פאראויס פון אלע קעגנער

דא קומט אבער נייעס

מעיסאן דיקסאן נעמט שוין אנקעטעס א שטיק צייט איבער די פארמעסט און פאלגענד זענען די רעזולטאטן:

דעצעמבער 2017 למספרם הוד43% ריוועס 37% אומבאשטימט 20%
אפריל 2018 למספרם הוד44% ריוועס 39% אומבאשטימט 17%
יונואר 2019 למספרם הוד44% ריוועס 42% אומבאשטימט 14%

מען קען קלאר זעהן ווי דער פארמעסט פארשמעלערט זיך ווען מער און מער פאסן א באשלוס אבער עס איז מערקווירדיג צו זעהן אז דער דעמאקראט האט אויף דערווייל אן אויבערהאנט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 11:08 am

אין קענטאקי איז איין דעמאקראטישע קאנדידאט פאראויס מיט 1% און א צווייטער מיט 8% פונעם אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנאר מעט בעווין

אוועטאר
Come and go
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 05, 2018 7:39 pm

תגובהדורך Come and go » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:18 pm

ווירג'ניע?
אז די קענסט מער נישט נאכמאכן יענעם קענסטו פראבירן צי זיין דיך!

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך פאברואר 06, 2019 2:53 pm

אפיציעל גייט זיין פארמעסטן אין קענטאקי ליוזיאנא און אין מיסיסיפי

אין ווירדזשיניע איז לעבעדיג אבער אפיציעל איז נישט באשטימט קיין וואלן אויף היי יאר

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:14 pm

הכל הבל האט געשריבן:אין מיסיסיפי קען דער אמטירנדער רעפובליקאנער גאווערנאר פיל ברייענט נישט לויפן פאר א דריטן טערמין צוליב טוירם לימיטס

א רייע קאנדידאטן גייען זיך פארמעסטן פאר דעם אמט אויף ביידע זייטן
אויף די רעפובליקאנער זייט האט שוין דער ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס דערקלערט אז ער איז אינעם פארמעסט און צוגאב צו נאך א קאנדידאט וולעכע האט שוין געמאלדן און נאך עטליכע וועלכע וועלן מעגליך מעלדן שפעטער אבער ריוועס האט א קלארע און שטארקע אויבערהאנט
אויף די דעמאקראטישע זייט האבן שוין אויך א רייע קאנדידאטן דערקלערט אז זיי לויפן און די דער סטעיט אטוירני דזשענעראל דזשים הוד קומט אריין שטארק פאראויס פון אלע קעגנער

דא קומט אבער נייעס

מעיסאן דיקסאן נעמט שוין אנקעטעס א שטיק צייט איבער די פארמעסט און פאלגענד זענען די רעזולטאטן:

דעצעמבער 2017 למספרם הוד43% ריוועס 37% אומבאשטימט 20%
אפריל 2018 למספרם הוד44% ריוועס 39% אומבאשטימט 17%
יונואר 2019 למספרם הוד44% ריוועס 42% אומבאשטימט 14%

מען קען קלאר זעהן ווי דער פארמעסט פארשמעלערט זיך ווען מער און מער פאסן א באשלוס אבער עס איז מערקווירדיג צו זעהן אז דער דעמאקראט האט אויף דערווייל אן אויבערהאנט


לויט אן אינערליכע אנקעטע פארן ריוועס קאמפיין באקומט:

ריוועס 51%
הוד 36%

אוועטאר
צל עובר
שר עשרת אלפים
תגובות: 10152
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2017 6:22 pm

תגובהדורך צל עובר » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 10:28 pm

הכל הבל האט געשריבן:אפיציעל גייט זיין פארמעסטן אין קענטאקי ליוזיאנא און אין מיסיסיפי

אין ווירדזשיניע איז לעבעדיג אבער אפיציעל איז נישט באשטימט קיין וואלן אויף היי יאר


סיריעס טשענסעס די דעמאקראטן וועלן געווינען אלע דריי רויטע דרום שטאטן.
He didn’t want to investigate Burisma,” said Daria Kaleniuk of the Ukrainian Anti-Corruption Action Center. “And Shokin was fired not because he wanted to do that investigation, but quite to the contrary, because he failed that investigation.”

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יוני 27, 2019 9:31 am

אן אנקעטע אויף די מיזורי גאווערנאר פארמעסט:
ריוועס (ר) 46%
הוד (ד) 43%

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » מיטוואך יולי 10, 2019 5:35 pm

מיסיסיפי ליוטענאנט גאווערנאר ריוועס (ר) וועלכע לויפט איצט פאר גאווערנאר האט אויפגעטריבן 657,946 דאלער אין יוני למספרם און פארמאגט אין די באנק 5.8 מיליאן דאלער
לעצט פאראכטן דורך הכל הבל אום דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:28 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6210
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:27 pm

*מיסיסיפי
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג יולי 11, 2019 5:28 pm

ריכטיג מיי גרייז

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוגוסט 01, 2019 1:40 pm

דעם דינסטאג גייט פארקומען די פריימעריס אין די מיסיסיפי גאווערנאר פארמעסט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דאנארשטאג אוקטובער 31, 2019 2:04 pm

פרעזידענט טראמפ פלאנט א ראלי אין מאנרא ליוזיאנא קומענדיגע וואך פאר ביזנעסמאן עדי ריספאן וועלכע לויפט ארויסצושטויסן דעם אמטירנדע דעמאקראטישע גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:18 am

היינט קומט פאר א היבש נאכגעפאלגטע אפענע גאווערנאר פארמעסט אין מיסיסיפי ווי דער רעפובליקאנער טעיט ריווס לויפט אקעגן דעמאקראט דזשים הוד און א מער היציגע גאווערנאר פארמעסט אין קענטאקי וואו דער אמטירנדער גאווערנאר מעט בעווין שטייט אויס א שווערע ווידערערוויילונג פארמעסט אקעגן דעמאקראט ענדי באשאר
רעפובליקאנער וואלטן אין פרידנס צייטן געברויכט קענען געוואונען מיסיסיפי אפילו אינמיטן שלאפן אבער זייער קאנדידאט איז נישט עפעס ווייסעך וואס אין קאנטראסט צום דעמאקראט וועלכע איז גענוג כאריזמאטיש און מעסיג אין א סטעיט ווי מיסיסיפי עס צו פארוואנדלען אין גאנץ אן ערנסטע פארמעסט וואו טראץ וואס דער רעפובליקאנער איז נאך מעגליך בעפארצוגט גיבן אבער די אנקעטעס היבש ערנסטע שאנסן פאר הוד צו באווייזן וואונדער אדער כאטש קומען גאר נאנט צו געוואונען
אריבער אין קענטאקי וועלכע איז טאקע נישט אזוי טונקל רויט ווי מיסיסיפי איז אבער די סטעיט יא גאנץ שטארק גענויגט צום רעפובליקאנעם קאלום ספעציעלע אין די לעצטע יאר און אן אמטירנדער גאווערנאר וואלט געדארפט האבן א שטיקל אויבערהאנט אבער די מעשה איז אז גאווערנאר בעווין איז גאר שטארק אומבאליבט צווישן קענטאקיער און די פארמעסט איז דעריבער אויסגעשטיגן צו קיינעם'ס איבערראשונג אלץ עפעס אין וועלכע די רעפובליקאנער מאשין דארף אריינלייגן גאר שטארקע כוחות אנצוהאלטן און די פארמעסט איז איצט האלז צו האלז
בעווין צייגט אן אז ווען ער איז געלאפן מיט פיר יאר צוריק איז ער געשטאנען אונטערשטעליג איןו די אנקעטעס ארייגייענדיג צו די וואלן און ער האט עווענטועל געוואונען מיט 9% און דעריבער איצט אז ער איז בעסער ווי דאן אין די אנקעטעס וועט ער נאכאנאמאל באווייזן צונאר צו לייגן די אנקעטע נעמער אבער עס בלייבט איבער צו זעהן אויב עס וועט אים געלונגען א צווייטע מאל און די וויילער וועלכע גייען צו די שטים בודקעס אין די היינטיגע רעגנדיגע אינדערפרי אין קענטאקי וועלן האבן דאס לעצטע ווארט
באשאר אקטיוויסטן אין לואיסוויל און אין לעקסינגטאן גיבן איבער אז טראץ די רעגן זעען זיי א שטארקע טוירנאוט און בעווין שטיצער זאגן אז זיי גלויבן אז מערב פון די סטעיט וועט זיין שטארק פארן גאווערנאר
אן אומבאמערקטע פארמעסט קומט אויך פאר אין די סטעיט פאר די טרעזשוראר אמט ווי דעמאקראט מייקל באומאן זוכט צו ווערן ערוועלט און אויב עס געלונגט אים וועט ער ווערן דער ערשטער אפענער מתועב צו דינען אויף א סטעיטווייד ערוועלטע פאזיציע אין קענטאקי
היינט קומען אויך פאר שטארק נאכגעפאלגטע פארמעסטן פאר די ווירדזשיניע סטעיט הייזער וועלכע דעמאקראטן האבן שטארקע האפענונגען צו פארבן בלוי דארפנדיג פארכאפן צוויי זיצן אין ביידע הייזער
אויך קומען פאר וואלן אין ניו יארק, סאוט בענד אינדיאנא, און די 28'סטע לעגיסלאטיווע דיסטריקט אין טעקסאס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 11:38 am

מען זעצט פאר נאכצופאלגן די ערלי וואוטינג ציפערן אין די ליוזיאנא גאווערנאר פארמעסט אין וועלכע ביזנעסמאן עדי ריספאן זוכט ארויסצושטויסן דעם ערשט טערמיניגן דעמאקראטישן גאווערנאר דזשאן בעל עדווארדס
די וואלן וועלן פארקומען אום נאוועמבער 16 למספרם און מען קען שטימען פרי אנגעהויבן פון נעכטן ביז דעם ניינטן למספרם
דערווייל האבן שוין 164080 מענטשן אפגעגעבן זייער שטימע
פון וועלכע 74948 זענען געווען דעמאקראטן און 64866 רעפובליקאנער און אנדערע פארטייען 24266


די סך הכל ערלי וואוטינג אין 2015 למספרם איז געווען 270 טויזנט

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:01 pm

ריווס האט אויסגעבארגט פאר זיין קאמפיין 1.3 מיליאן אין די לעצטע טעג פונעם קאמפיין

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:10 pm

אין ווירדזשיניע:

לאודאון קאונטי טוירנאוט איז ארום 13% וועלכע איז נאנט צו די הויכפונקט פון 14.3% אין די צייט אין 2017 למספרם וועלכע איז געווען א יאר אין וועלכע מען האט געשטימט פאר גאווערנאר

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:12 pm

אין ווירדזשיניע:

אלעקסאנדריע באריכט אביסל א שוואכערע טוירנאוט פון 2015 למספרם אין וועלכע מען האט דאן געשטימט פאר מעיאר און קאונסיל מעמבער
דאן האט טוירנאוט אזא צייט אין טאג געהאלטן ביי 10.6% און איצט איז עס ביי 9.54%

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:13 pm

אין ווירדזשיניע:

טשעסטערפיעלד קאונטי טוירנאוט איז ביי ארום 15.5% אין קאנטראסט צו די הויכפונקט פון 17.5% אין די צייט אין 2017 למספרם וועלכע איז געווען א יאר אין וועלכע מען האט געשטימט פאר גאווערנאר

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:14 pm

אין ווירדזשיניע:

ארלינגטאן טוירנאוט ביי ארום 11%

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:15 pm

אין ווירדזשיניע:

אין פעירפעקס איז טוירנאוט ביי 8.4% היבש נידריגער פון די 15.9% טוירנאוט אזא צייט אין טאג אין 2017 למספרם

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:16 pm

אין מיסיסיפי האבן פובליק סקול טיטשערס באקומען אימעילס פון ריווס

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:17 pm

אין מיסיסיפי באוקמען וויילער א ראבא קאל פון פרעזידענט אבאמא צו שטיצן הוד

הכל הבל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7731
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 14, 2018 10:02 pm

תגובהדורך הכל הבל » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:20 pm

אין קענטאקי שליסט מען שוין די בודקעס אום זייגער 6 און אין מערב פון די סטעיט אום 7

אוועטאר
פארדינט
שר האלף
תגובות: 1413
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 28, 2009 10:53 am
לאקאציע: אויפן טראוועי

תגובהדורך פארדינט » דינסטאג נובעמבער 05, 2019 12:21 pm

יישר כח "הכל הבל" פאר דיינע באריכטן, דא און איבעראל אויפן וועלטל.
פארוואס האבעך עס? איימינוט, ווער זאגט כאבעס? אה! אז כא'פארדינט מסתם האבעכעס...!!!


צוריק צו “אידישע און וועלטליכע נייעס”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: Google [Bot], וויכטיג מאכער און 27 געסט