מיסטעריעז האט געשריבן:וואס טוט מען אז מ'וויל אנקומען צו פעידזש נאמבער 123 פון א פיל-בלעטערדיגע אשכול (ווי בד''ה אדער וועטער)?
די פשוט'ע וועג ווייסט יעדער איינער, אבער דאס קאסט כח און געדולד (אויפן קאמפיוטער מילא, אבער אויף א מאביל דיווייס...).
הט אזנך
לאמיר נעמען די בד''ה אשכול פאר א משל, לעת עתה שטייט עס ביי 312 בלעטער (ליידער, לאמיר האפן אז ביי דעם בלייבט עס).
גיי צום לעצטן פעידזש, און אונזער פאל 312, כאפ א בליק אויפן לינק, עס ענדיגט זיך מיט start=7775.
די סיבה איז, ווייל די סיסטעם רעכנט אויס די פעידזשעס לויט די מספר התגובות פונעם אשכול, יעדער בלאט פארמאגט 25 תגובות, 311 טיימס 25=7775, סוי ווען איר קליקט 'פעידזש 312 פון בד''ה אשכול', זאגט דער לינק פארן בראוזער: גיי צום בלאט וואס הייבט זיך אן מיט תגובה נאמבער 7775 (פרעגט נישט אז ס'וואלט געדארפט זיין 7776, ווייל ס'רעכנט 'תגובות' נישט 'הודעות', און די ערשטע הודעה אין א אשכול איז נישט א 'תגובה-קאמענט').
אויב ווייסן מיר דאס דאן ברויכן מיר נישט שטיין ווי נאראנים אין מישן 5 בלעטער אז דער סייט זאל ווייזן נאך 5 בלעטער אייקאנס, נאר מגייט צום אדרעס באר און מ'רעכנט אויס: 122 טיימס 25=3050 און מ'טוט עדיטן די לעצטע נאמבערס פון די אדרעס (לינק) צו די נאמבער פון די ערשטע תגובה אינעם בלאט ווי איר ווילט אנקומען (און ווי דערמאנט וועט דאס ביי אונזער משל זיין פון 7775 צו 3050), דריקט גאו און ויצא מפעידזש 312 ויבא לפעידזש 123.
(אין הכי נמי, ס'גוט אויפן קאפיוטער אויך)
א מיסטעריעזע סיבה דארף דיר ברענגן צו גיין אזוי אלטמאדיש...
איך טוה זייער זייער פשוט.
אויף די לינקע זייט, דארט וואו ס'שטייט די נומבער אויף וועלכע פעיז' די ביסט, שטייט אויך "בלאט 3 פון 56" ביים דרוקן אויף די ווערטער פאפט ארויף א מעסעז' ווי מ'קען אריינטייפן וועלכע בלאט מ'זוכט....
אז מ'קען גיין גראד וואס דארף מען גיין קרום?
אתמה