מעלדונג וועגן נייע מנהלים / אחראי.
אחראי: אחראי
מעלדונג וועגן נייע מנהלים / אחראי.
ברוב שבח והודאה צו השי"ת מעלדן מיר איבער דעם אויסוואל פון עטליכע גאר געראטענע חברים וואס וועלן אי"ה צושטיין צו הילף מיט די פירערשאפט פון דעם חשוב'ן און ערליכן וועבזייטל, הלא המה ידידינו היקר האחראי "זייער נייגעריג" וואס וועט מהיום והלאה משמש זיין בתור מנהל, ואתו עמו נעמען מיר צו א פרישן מנהל הניק היקר מוה"ר "למעלה משבעים" ני"ו. און אלס אחראי וועט צוקומען גאר א געשמאקער חבר המכונה "געלעגער" ני"ו.
מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן פון די אויסוואל - וועלעכע איז געטוען געווארן מיט אסאך ישוב הדעת - און יעדער אן אויסנאם וועט ארבייטן נאנט מיט זיי און העלפן אז אונזער וועלטל זאל ווייטער פארבלייבן די כשר'סטע פלאץ אויפן אונטערנעט.
ויהי רצון שחפץ ה' בידינו יצליח.

- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
משיח האט געשריבן:מזל טוב מזל טוב!!!
ברכה והצלחה צו די ניי אויפגענומענע מנהלים און אחראים.
זאל זיין מיט מזל.
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
צייטליך האט געשריבן:טראנספארט האט געשריבן:מזל טוב!
די ריכטיגע אויסוואלן!
נא, וואו זענען די גרינע און רויטע היטן?
זיי זענען שוין אלע קאלירט. רויט און גרין.
יא, איך זעה שוין.
למעלה דארף נאך ווערן געליסטעט ביי "אחראים"...
רבי יעקב אומר העולם הזה דומה לפרוזדור בפני העולם הבא, התקן עצמך בפרוזדור כדי שתכנס לטרקלין (אבות ד' ט"ז)
- ווער בין איך?
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3052
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
- לאקאציע: ביים קאמפיוטער
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
ווער בין איך? האט געשריבן:מזל טוב!
זייער פיינע אויסוואלן.
איך וואלט אפשר געזאגט מען זאל צולייגן לכתחילה אריבער אלס אן אחראי (אויף דעם טעכנעלאגיע פארום)
איך דיסאגרי,
אלע מנהלים זענען ביזי מעקן און פאררעכטן תגובות, גוטע שרייבערס זאלן ווייטער שרייבן
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
מען רעדט פון ארטיקלען און נייעס שרייבערס
ביז יעצט פלעגט קרעמער אוועקגעבן שעות אויף שעות צו מעקן און פאררעכטן, אויב זיי נעמען עס איבער, מיינט עס ווייניגער שרייבעריי, אויב דו קענסט רעכענען 1+1
איך האף געלעגער אז דו וועסט ווייטער שרייבן די טעגליכע נייעס
ביז יעצט פלעגט קרעמער אוועקגעבן שעות אויף שעות צו מעקן און פאררעכטן, אויב זיי נעמען עס איבער, מיינט עס ווייניגער שרייבעריי, אויב דו קענסט רעכענען 1+1
איך האף געלעגער אז דו וועסט ווייטער שרייבן די טעגליכע נייעס
kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- טייבעלע
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10652
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2012 4:00 pm
- לאקאציע: ביי אלאסקא
מזל טוב דער בו"ע זאל שטיין צו אייער רעכטע זייט.
און בפרט וען איר גייט האנדעלן מיטן ציבור דארף איר גרויס סייעתא דשמיא זאלט איר אייביג האבן סייעתא דשמיא,
און אייער ווערק זאל האבן א חן אין די אויגן פון די מענטשען, כל שרוח הבריות נוחה הימנו רוח המקום נוחה הימנו,
וכל אשר תעשו ד' יצליח בידכם.

יונתי בחגוי הסלע בסתר המדרגה הראיני את מראיך השמיעני את קולך כי קולך ערב ומראיך נאוה: (שה"ש ב יד)
teibele1 at birdlover.com
teibele1 at birdlover.com
- יגעתי ומצאתי
- שר האלף
- תגובות: 1672
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm
- פעדער
- שר האלף
- תגובות: 1373
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
- לאקאציע: אין די הויזן!
- פארבינד זיך:
דערמיט טוה איך הערצליך באגריסן דעם חושיבן טאהט, און איך קען עדות זאגן אז קיין בעסער אויסוואל איז נישטא. ס'איז ממש על שלשה דברים 'העולם' עומד.
מיט למעלה משבעים'ס תורה און טיפזיניגע רעיונות. געלעגער שטארקע 'עבודה' וואס ער לייגט אריין די וועלטל זאל זיין רייך און כסדר ווערן אויפגעפרישט מיט פרישע נייעסער, אנאליזן, און בליציגע הומאר. און האחרון אחרון חשוב מיין טייערע חבר 'זייער נייגעריג'ס' גמילות חסד און גרייטקייט צו העלפן א צווייטן איד ווען נאר אימער, זאל אים דער זכות ביישטיין.
נו חברה הוידע! הולך! געגאנגען צו די ארבעט.
מיר אלע שפירן עס פאר א זשעסטשער, און באנוס צו באקומען אזא געהויבענע און געטרייע שטאב פון מנהלים.

כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
ווער בין איך? האט געשריבן:מזל טוב!
זייער פיינע אויסוואלן.
איך וואלט אפשר געזאגט מען זאל צולייגן לכתחילה אריבער אלס אן אחראי (אויף דעם טעכנעלאגיע פארום)
ישר כח! איי עפרישיעט איט!
און א עקסטערע ישר כח, פאר אלע וואס האבן אין אישית געשריבן אז זיי האבן מיך רעקעמענדירט, און מיך געשטיפט עס אנצונעמען אז מען טראגט עס מיר אן, ס'איז מיר א גרויסער כבוד.
כדי דו און אזעלעכע ווי די, וואס האבן מיך נאמעניערט, זאלן נישט זיין פארקלעמט, וויל איך אייך זאגן אז מען האט מיר אנגעטראגן די כבוד צו ווערן מנהל, און איך האב עס משום טעמים כמוסים אפגעזאגט מיט א שווער הארץ, און עס האט מיר די גאנצע צייט באמת געבאדערט אז כ'האב נישט קיין רעכט אפצוזאגן, ווייל סוף כל סוך האב איך דא אזויפיל הנאה פון דעם פלאץ, און ווען עס קומט צוריקצו צאלן, זאג איך אפ.
אבל עתה, יעצט אז מען האט ב"ה געמאכט די גאר גוטע אויסוואלן, אטעם איך אפ, און איך ווינטש ענק אסאך הצלחה, און דער אייבערשטער זאל ענק געבן אסאך סייעתה דישמיה, און אלעס גוטס.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש