הצעות פאר'ן נייער קרעטשמע

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

הצעות פאר'ן נייער קרעטשמע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

אזוי ווי ארענדער האט שוין פראקלאמירט פאר ארץ ומלואה אז ס'קומט אן א נייער קרעטשמע בשעה טובה ומצלחת, וואלט איך געוואלט מציע זיין אן המצעה וואס אויב ס'מעגליך בכלל עס צו טון האלט איך אז ס'וואלט שטארק צוגעגעבן צום רייכקייט פונ'ם קרעטשמע און דער געשמאקייט צו שמועסן דערינען.

כ'וויל אבער קודם קלאר מאכן אז כ'מיין חלילה נישט צו לייגן קיין שום פרעשור אויפ'ן געטרייען ארענדער וואס האט איבער'ן קאפ אן דעם אויך, און זייער מעגליך ער דארף נישט מער. אבער אויב איז מען בכלל גרייט צו הערן הצעות, פאר א מעגליכקייט עס בכלל צו איינפלאנצען ברוב הימים איז דא א גוטע פלאץ עס צו דורכשמועסן (אויב ס'נאכנישט דא אזא אשכול ערגעצוואו אינ'ם קרעטשמע).

קודם כל די בענק דא זענען לעצטענס אנגע'חזר'ט מיט ביר און וויין, כ'וואלט געטראכט אז ס'וואלט בעסער געווען אז די נייע בענק זאלן נישט געמאכט ווערן מיט א קישן.
איבער דער פרידזש איז דא א ליעק פונ'ם קאווע שטוב פון אויבן אין ס'רינט כסדר אריין אראנדז דזשאוס געמישט מיט פיינעפל סאדע.
גרוזי'ס בארד ווערט כסדר פארקניפט דורך די קען אפענערס און ס'מאכט א חורבן אינ'ם פאלוש פון בית יאנאש.
די קיען אינ'ם גארטען אינדרויסען טענה'ן אז ס'שוין נישטא קיין גראז דער אנדערע זייט.

אקעי, לאמיר רעדן ערענסט:
Embedding
אויב ס'וואלט מעגליך געווען צו ערמעגליכן דער מושג פון עמבעדדן ווידאוי, מוזיק און וואס נישט. (אפשר וואלט אפילו געקענט עמבעדדען יוטוב ווידאויס?)

דאס איז בלויז (פינף) [איינס] הצעה וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן קאפ, אויב האט איינער נאך עפעס אפשר וואלט עס געווען כדאי צו שרייבן.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3502
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משנה מקום »

[quote="האניג"(אפשר וואלט אפילו געקענט עמבעדדען יוטוב ווידאויס?)

[/quote]
it does not comply with the forum rules
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

איך וואלט גע'עצה'ט מען זאל מאכן א קנעפל תן תודה, אזוי ווי עס איז אויף אנדערע פורמים, אזוי דארף מען נישט איבערהאקן די המשך התגובות, וואס אסאך מאל מאכט עס נערוועז.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

האניג האט געשריבן:אקעי, לאמיר רעדן ערענסט:
Embedding
אויב ס'וואלט מעגליך געווען צו ערמעגליכן דער מושג פון עמבעדדן ווידאוי, מוזיק און וואס נישט. (אפשר וואלט אפילו געקענט עמבעדדען יוטוב ווידאויס?)

דאס איז בלויז (פינף) [איינס] הצעה וואס ליגט מיר יעצט אויפ'ן קאפ, אויב האט איינער נאך עפעס אפשר וואלט עס געווען כדאי צו שרייבן.



א שיינעם דאנק האניג, א געוואלדיגע איידיע, און איך האב נייעס פאר דיר, איינע פון די סיבות פארוואס מ'טוישט סייט, איז טאקע דאס.

און א עקסטערע דאנק פארן עפענען אזא אשכול, דער עולם זאל שרייבן איידיעס, מ'וועט פראבירן יעדן צופרידנצושטעלן.
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

אויב איך מעג אויך בעטן, ווען מ'פרינט ארויס א אשכול זאל מען קענען ארויס פרינטן די גאנצע אשכול אויפאמאל נישט יעדע בלאט עקסטער.
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
ווער בין איך?
שר שלשת אלפים
תגובות: 3052
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2008 2:48 pm
לאקאציע: ביים קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווער בין איך? »

אויב דאס איז איינע פון די סיבות פארוואס מען טוישט סייטס, גייט מיטקומען פלעש עדס?
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

למעלה משבעים האט געשריבן:איך וואלט גע'עצה'ט מען זאל מאכן א קנעפל תן תודה, אזוי ווי עס איז אויף אנדערע פורמים, אזוי דארף מען נישט איבערהאקן די המשך התגובות, וואס אסאך מאל מאכט עס נערוועז.
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3911
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך leiby »

מ'האט שוין גערעדט איבער דעם
viewtopic.php?f=2&t=6751
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

ווען מ'וויל ארויפלייגן א בילד זאל די סיסטעם אוטאמאטיש ריסייזן די בילד צו די ריכטיגע סייז. סיי ביי די פראפייל און סיי און א תגובה.

איך מיין דאס וואלט שטארק ניצבאר געווען.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

וויכי, שכוח פאר מבשר זיין דער בשורה טובה! זאלסט אייביג נאר מבשר זיין און הערן גוט בשורות! (גארנישט, כ'בין פלוצלינג געווארן אין די גיסטע פון טיילן ברכות. כאפטס אריין...)

בנוגע וואס למעלה אין פאקטא שרייבן וועגן א קנעפל תן תודה, האט שוין לייבי געלינקט צו אן אנדערן אשכול, כ'האב נישט יעצט אהין געקוקט, אבער אויב געדענק איך גוט, האט מען דארט געשמועסט, און לענ"ד האלט איך מיט, איז אז א "תודה" קנעפל איז זייער סיסטעמאטיש און ראבאטיש, ס'האט נישט קיין געפיל אין זיך, ס'ברענגט נישט צופיל ארויס דער הנאה וואס מ'האט באקומען פון יענעמ'ס תגובה, אביסל, אסאך, גאר אסאך, געטוישט מיין לעבן סטייל, געטוישט מיין ווייב'ס לעבן סטיל, איבערגעדרייט דעם קאווע אויפ'ן קיבארד, געשפארט צענדליגע שעות ארבעט, מחזיר בתשובה געווען, גע'הרג'ט נאציס, געברענגט משיח, וכו' וכו'. אויב אבער שרייבט מען בפירוש ארויס א דאנק, אפילו א גרינע פונ'ם זייט (וואס איז לעצטענס געווארן אביסלע באגראבן, ליידער), ברענגט עס בפירוש מער ארויס דאס געפילן פונ'ם דאנק, אז ס'איז כדאי געווען צו שרייבן א גאנצע תגובה אים צו באדאנקן, און ס'גיבט צו אפעטיט פאר'ן שרייבער צו שרייבן נאך. לענ"ד איז דאס א זיכערע זאך.

יעצט, בנוגע וואס לייבי שרייבט וועגן פרינטן אן אשכול, א ברכה אויף דיין קאפ פאר עס ארויפברענגן! הלוואי, מי יתן והי'! כ'האב געווענליך נישט צופיל צייט אין ארבעט (צום בעה"ב: קיינמאל נישט צייט...) צו לייענען זייטיגע זאכן, וואס האבן נישט קיין שייכות צום ארבעט, וואס כ'וואלט גערן גערן געקענט באשטיין צו לייענען, גלייבטס מיר! נפשי חשקה!! כ'האב אבער שלא בשעת הארבעט זייער פיל מאל בריווח צייט פאר דעם, אבער כ'האב נישט דאן קיין קאמפיוטער, און זיכער נישט קיין אינטערנעט. כ'האב שוין עטליכע מאל פרובירט ארויסצודריקן פאר שפעטער, אבער ס'נעמט מיר אוועק צופיל צייט אין ארבעט אז כ'זאל עס קענען בכלל טוען. קודם כל, ווען מ'דריקט פשוט ארויס מיט'ן פרינט קנעפל, געשעט א חורבן אויפ'ן דף, ס'שווער צו ליינען, שווער צו כאפן ווער רעדט וואס, און נאך ערגער, וויפיל פאפיער ס'גייט לאיבוד פאר גארנישט פון אלע העדדערס און זייטיגע זאכן וואס קוועטשן זיך אריין אן רשות איז ממש אן עבירה. אויב מ'וואלט צוגעלייגט דער מורא'דיגע פיעטשער, איז דער ערטשער זאך וואס כ'גיי ארויסדריקן איז, גלייבטס מיר, א געואלדיגן דאנק!!

אויב מעג איך צולייגן איין קלייניגייט, ווען מ'שרייבט א תגובה זאל מען קענען זען וויאזוי ס'גייט אויסזען בשעת מ'שרייבט (WYSIWYG), למשל אויב מאכט מעל 'באלד' (דגוש) זאל מען זען טאקע באלד, און נישט קיין צייכענעס און סימנים אז ס'גייט ווערן באלד ווען מ'גייט עס פאוסטען וכדומה, און ס'ניצט אויס מיין מידת הבטחון פאר נארישקייטן (אפילו מ'קען עס בעצם זען דורך "אויסקוק פון פאראויס" באט, יו געט דער פאונט, מיר זענען צו יונג פאר דעם...) אקעי, סארי, כ'מאך עס גרינגער ווי ס'איז, כ'גלייב נישט אז ס'איז טאקע אזא קלייניגקייט...

מיט אויסקוק פון פאראויס, סארי, דאנקע פון פאראויס, האניג.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

איך מיין איך האב געזעהן און לדעת אויפן לינקע זייט אז מען קען מאכען די אותיות קלענער און גרעסער סוואלט געוועהן א גיטע זאך זיך נישט אנצישטרענגען.

אזוי זעט עס אויס
א

א

א
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

קהת, אויבן אויף די לינקע זייט, אונטער "פארגעשריטענע זוכעניש" איז דא א קנעפל "טויש די פאנט סייז", דורך עס קוועטשן ווערן די אותיות גרעסער און קלענער.

און אזוי פלוצלינג האב איך באמערקט נעבן דעם נאך א קנעפל... "פרינט דעם אשכול"! כ'האב עס קיינמאל נישט באמערקט! ווען איך קוועטש דערויף נעמט עס מיר צו א פרינטער פרענדלי אויסשטעל פונ'ם אשכול, און פון דארט קען איך עס דריקן צו מיין פרינטער! גערעכט, ס'וואלט זיכער געווען געשמאקער אז מ'זאל קענען ארויסדרוקן אלע דפים אויף א מאל, אבער דער חידוש אליין איז מיר ווערד געווען צו עפענען דעם אשכול!
אטעטשמענטס
Search.JPG
Search.JPG (11.7 KiB) געזען 17603 מאל
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

כהאב קיינמאל נישט געוויסט פון דעים א גרויסען יישר כח רב האניג!!!!
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך וואלט געדארפט אפציע פון Mark as unread.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

זיי זיך ביטע אביסל מער מסביר, ביטע. א גאנצע אשכול אויף א מאל?
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

איך האב אסאך מאל ווען איך טראכט אוי אשאד איך קען נישט דרוקן Mark as unread.

אז איך גיי אריין אין א אשכל און איך וויל פאר סיי וואספארא סיבה צירוק קומען דערצו שפעטער, למשל, פריער בון איך אריין אין א אשכול און אינמוטן בינעך אנגעקומען צו א לאנגע תגובה וואס איך וויל עס שפעטער ליינען סא וויל איך ס'זאל בלייבן א אומגעליינטע הודעה. בקיצור...
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

אהא. אנטושלדיגט. מיינע אויגן האבן מיר געפאפט, ס'האט מיר געדאכט כאילוי האסט געשריבן אז דו ווילסט האבן א Mark as read פיעטשער. יא, כ'האלט אויך ס'וואלט גוט צוניץ געקומען!
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12394
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

ס'איז גאר א גוטע איידיע, אבער אויף דערווייל ווען די האסט א ארטיקל/אשכול וואס די ווילסט איבערלאזן אויף שפעטער מאך דיר א בוקמארק (אדער: איך ווייס נישט צו עס איז נאר אין ווינדויס 7, אבער ביי מיר איז עס אזוי, שלעפ די לינק פון די ארטיקל צו די ברויזער אויפן טעסקבאר און עס וועט ווערן געפּינט, ממילא קענסטו צוריק קומען דערצו שפעטער).
אוועטאר
מאנאגרעמס
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2009 7:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנאגרעמס »

איך וואלט געקענט באשטיין אז די גאנצע סייט זאל ווערן אביסל שמאלער (א שטייגער ווי "פעיסבוק"). מיינע אויגן ווערן מיד פון זיך דרייען אהין און צוריק ביים לייענען.
ועוד, וואלט געווען א גוטע פיטשער אויב ס'וואלט געווען א "ספעל-טשעקער" ביים שרייבן תגובות. דאס וואלט צוגעהאלפן אסאך אידן דא.
אוועטאר
קהת
שר האלפיים
תגובות: 2995
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קהת »

אפשר וואלט געוועהן א גיטע זאך אז יעדער זאל באקומען אן אימעיל אדרעס למשל [email protected] אזוי גייט יעדער וויסען איעדעמס אימעיל אדרעס?
Normal is just a setting on the washing machine
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יעצט באמערקט א אינטערעסאנטע זאך: ווען מ'איז אנגעשטעלט אויף "פרא-סילווער" איז די לינק "נייע הודעות זינט דיין לעצטען באזוך" נישט דא ווען מ'איז אין א אשכול, נאר ביי די היים בלאט, משא"כ ווען מ'איז אויף "סאב-סילווער" איז די לינק דא אויף יעדן פעידזש...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
וואדקע
שר האלף
תגובות: 1039
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 18, 2007 11:47 pm
לאקאציע: זיי נישט אזא נאזיבאדי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואדקע »

א זאך וואס קוועטעשט מיר שוין לאנג אין בויך,
די "קבלת עדכונים" אימעילס זאל האבען אפאר שורות פון די הודעה אדער לאמיר זאגען א 50 אותיות אזוי קען מען זעהן צו עס לוינט צו קליקען די לינק, ווען איך באקום אזא אימעיל און עס איז די רעזולטאט פון א סמיילי איז גענוג ווען איך זעה עס אויפן אימעיל איך דארף נישט צוליעב דעם אריינגיין אין קרעטשמע,
וואדקע דארף נישט קיין הכשר
אוועטאר
ווינקל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7788
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 21, 2009 12:10 am
לאקאציע: vinkel.ivelt ביי גימעיל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינקל »

מאנאגרעמס האט געשריבן:איך וואלט געקענט באשטיין אז די גאנצע סייט זאל ווערן אביסל שמאלער (א שטייגער ווי "פעיסבוק"). מיינע אויגן ווערן מיד פון זיך דרייען אהין און צוריק ביים לייענען.
ועוד, וואלט געווען א גוטע פיטשער אויב ס'וואלט געווען א "ספעל-טשעקער" ביים שרייבן תגובות. דאס וואלט צוגעהאלפן אסאך אידן דא.

מאך דיין בראוזער שמאלער... און שלום על ישראל.
אוועטאר
האניג
שר האלפיים
תגובות: 2794
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2009 5:32 pm
לאקאציע: אין דער היים, אין האטעל, אין מיין דארמינטארי צימער
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך האניג »

וואדקע, אויב אבער גייסטו נישט אהין צום אשכול וועסטו מער קיינמאל נישט באקומען קיין הודעה אז ס'דא פרישע הודעות דארט.
ביז'ן טרינק דארף מען אויך א קרעטשמע.
דער קוטשער
שר חמש מאות
תגובות: 776
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 14, 2009 9:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער קוטשער »

נו, פונקט ווי ס'איז שוין דא יעצט עטליכע לינק'ס, וואס מקען טוען פונעם אימעיל, קען זיין נאך א לינק, 'צייכן אן ווי גלייך דאס איז שוין געליינט',
איך וואלט אויך שטארק הנאה געהאט פון דעם,

און אויך פון דעם
הערשי קניהויז האט געשריבן:איך האב אסאך מאל ווען איך טראכט אוי אשאד איך קען נישט דרוקן Mark as unread.

אז איך גיי אריין אין א אשכל און איך וויל פאר סיי וואספארא סיבה צירוק קומען דערצו שפעטער, למשל, פריער בון איך אריין אין א אשכול און אינמוטן בינעך אנגעקומען צו א לאנגע תגובה וואס איך וויל עס שפעטער ליינען סא וויל איך ס'זאל בלייבן א אומגעליינטע הודעה. בקיצור...

-
א דאנק אייך פאר אלע אייערע ארבעט.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”